עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-1c2h8wcx

kind
paragraph
order
h
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v2"}
content
במילא איז דאך אויך דא א חוט המשולש וואס מ'קען אויף אים ניט זאגן לא ינתיק סתם, מ'קען אבער זאגן וויבאלד אז דאס איז א משולש אפילו אין לעומת זה, איז בשעת בא זיי ווערט חבור הצוי מאפריים, ווי דורך דעם חיבור פון אפריים איז געווארן דער ענין פון שלשה, במילא איז אבער סוף כל סוף ווערט דאס ינתיק וכמדובר כמה פעמים, משא'כן בשעת ס'איז דא די ביידע ענינים, אז ס'רעדט בדוגמא ווי דער בית-המקדש המשולש איז דער אויך דער בית-המקדש השלישי איז דער אויך דער בית-המקדש המשולש, ועוד והוא העיקר, ס'זאל זיין תיכף ומיד, ווי מ'גרייט זיך צו שבת פרסת שירה, וואס דארטן רעדט מען דאך אויך צו הוי'אמלך לעולם ועד, און מ'געפינט זיך דאך שוין יום החמישי, ולאחרי זה דער יום הששי, ולאחרי זה דער יום החמישי שלאחרי זה, דער יום השבת קודש, ס'זאל זיין תיכף ומיד הוי'ימלך לעולם וועד נאך אין היינטיקן טאג, ובפרט נאך אז מ'האלט נאך תפילת מעריב, און מ'איז אויך דערנאך מסיים, כרגיל מ'וועט מאכן יעדערן פאר א שליח אויף געבן אויף צדקה, וואס צדקה איז דאך מזרז את הגאולה
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions