Paragraph
Paragraph rh-196cm7v2
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-btthne6n
- order
- PR
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און זיכער די וואס גייען פארווערטס אין דער תהלוך און היטן איר אויס, ובפרט אז זיי היטן איר אויך דורך עשירה וזמרה, דורך שפילן אין כלי זמר, וואס דאס מאכט נאך פריילעכער די קינדער, און מאכט אויך פריילעכער די ערוואקסענע, און מאכט אויך פריילעכער די אלע וואס געפינען זיך דערביי, סיי אידן סיי ניט-אידן, ווי דער טבע פון א שירה וזמרה איז, אויף מאכן פריילעך ביז בגלוי. און ווי מ'זעט דאס אויך בפשטות, אז ס'איז לייכטער אויסצופירן אז ס'זאל זיין גם יחד, אז מענטשן זאלן זיך פאראיינציקן צווישן זיך ווען מ'טוט דאס מתוך שמחה ומתוך שירה וזמרה, ובפרט אז מ'פארבינדט דאס אויך מיט קינדער וואס האלטן אין איין גוי פון איין דרגא צו א העכערע דרגא, און מ'מאכט ווי דערמאנט פריער מ'פארבינדט דאס מיט דער רעגירונג פון דער מדינה און מיט דער רעגירונג פון דער שטאט, אין וועלכע ס'באטייליקן זיך אידן סיי ניט-אידן, מיטן זעלבן תכלית אויף אפהיטן אז ס'זאל זיין שלום
- proofread
- 0