פסקה
פסקה rh-178tfzrn
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-y0b5yejx
- order
- u5
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און מה טוב אפילו מיט מער כוונה, ווי ער האט דאס געזאגט אין די קריאת-שמע וואס ער האט געזאגט אין תפילת ערבית, אף על פי וואס דאס איז דאך א קריאת-שמע, אן ענין מן התורה, משא נכן קריאת-שמע של המטה, איז דאך דא אין דערויף כמה דרגות וכמה ענינים וכו'וכו.' ועוד והוא העיקר, אז מ'האט דער יום אחד אין חודש אלול, וואס דאס איז דאך דער דרייצנטער טאג, איז מען דארף מען מפרסם זיין, אז די וואס פראווען היינט-חתונות זאל דאס זיין ביתר שאת וביתר עוז, און די וואס וואס פראווען דערנאך די שבע שבעת ימי המשתה, על דרך זה די וואס האלטן אין מיטן פון שבעת ימי המשתה, אויך מוסיף זיין ביז אין דער שמחה, און די שמחה זאל זיין פארבונדן דוקא מיט א סעודה, און אויך מיט א סעודה פארבונדן דעם סעודת עניים, מיט מצות הצדקה, ווי מ'וועט איצטער אויך מסיים-זיין, כרגיל, מיט מאכן יעדערן פון אונז און יעדערן פון אייך א שליחות אויף געבן אויף צדקה, וכמדובר כמה פעמים. ועוד והוא העיקר פון דער ריבוי הדברים האמורים, זאל מען קומען צו מעשה בפועל, והמעשה הוא העיקר.
- proofread
- 0