עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-0ztm2wnn

kind
paragraph
order
A
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אין מסכתות גופא איז דאך דא ששים המה מלאכות, ובפרטיות ס'ג'מסכתות, נוסף אז ס'איז דאך דא גאר אין פוסקים וואס זאגן, אז מ'קען מאכן א סיום אפילו אויף א מסכתא שבברייתא, אדער א מסכתא שבמשנה אליין, ביז אפילו אזוינע וואס זיינען גאר מעקל, אפילו א מסכתא אויף א פרק אחד, וכמבואר באחרונים די דעות בזה. איז דאך פארשטאנדיק, אז בשעת מ'קען געפינען א מסכתא וואס זי האט א שייכות מיוחדה לזמנים אלו, איז דאך יש קדימה למסכתא זו, בדוגמא פון אן ענין שהזמן גרמא, וואס ער איז דאך קודם אז ס'קומען צוויי שאלות, פריער די שאלה שהזמן גרמא, און ערשט דערנאך א שאלה כללית, וואס ניט פארבונדן מיט זמן. וואס דער זמן וואס איז פארבונדן מיט עשרת ימי תשובה, א מסכתא שבזה, איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס איז מסכתא יומא, וואס ווי ס'שטייט אין כמה ספרים דער טעם וואס זי ווערט אנגערופן יומא דערפאר וואס דאס איז פארבונדן מיטן יום המיוחד, ווי דער פרק פון מסכתא יום הכיפורים, וואס דאס איז דער אחת בשנה, דער יום המיוחד בשנה, אין עשרת ימי תשובה, ווי דער רמב עם זאגט, אז אף על פי וואס א תשובה איז כל השנה יפה היא, איז יפה היא ומתקבלת במיוחד אין די עשרת ימי תשובה, וביום הכיפורים, איז דעמאלט ענינו איז, אז דאס איז כס מחילה וסליחה וכפרה.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions