ליל ש"ק פ' תשא, י"ח אדר תרפ"ח
20
יחיד ויהי היום ויחלה בן המלך במחלה מסוכנת מאד ויגיע הדבר ככה שהרופאים לא מצאו שום רפואה ותרופה לפניו רק סגולה אחת מצאו לזה, והוא שיקחו אבן היותר גדולה והיותר טובה מכתר המלכות וישחקו אותה ויתנו זאת לבן המלך ובזה יתרפא, וימאן המלך לתת את אבן היקרה מכתרו, ויעברו איזה ימים והמחלה התגברה ביותר עד שבן המלך הגיע למות, אז צוה המלך לקחת אבן היקרה לעשות הסגולה, אבל אז כבר התגברה חליו כ"כ עד שלא הי' יכול בן המלך גם לטעום איזה דבר כי שיניו נתכווצו ולא יכול לקבל שום דבר ובמילא יושפך הרבה משחיקת האבן היקרה לארץ, וילכו אל המלך לשאול אם כדאי לשחוק האבן היקרה בשביל ספק כזה, ויען המלך ויאמר, יעצט איז כדאי עס זאָל זיך פאַרגיסן וויפל עס איז, אַבי עס זאָל אַריין איין טראָפּן.
ובגמרו לספר (רבינו) המעשה סיים הר"פ ברכת א"י ומפליא לעשות, ונח דעתו.
אח"כ קם המגיד נ"ע ויספר לרבינו כי הי' עליו דין ומשפט בנידון זה, ובזה שסיפר רבינו המעשה הסיר מעליו הקטרוג. ואמר המגיד נ"ע אַז די יאָרן פון יעצט און ווייטער האָב איך דיר צו פאַרדאַנקען.
זהו טעם א' שזכה רבינו לטהרת הראש הק'.
והב' — כי פעל על המלאך (בנו של המגיד נ"ע) שיהי' שייך אל העולם, וואָרום דער מלאך איז דאָך געווען לגמרי מופשט מהעולם, ורבינו פעל עליו שיהי' לו שייכות להעולםטז.
עס איז דאָך ידוע די מעשהיז פון דעם מלאך און דעם רבי'ן וואָס נאָכדעם ווי זיי האָבן געפּראַוועט צוזאַמען תיקון חצות און צוגעקומען צו די העכסטע מדריגה איז נאָכדעם האָט דער מלאך געטראָפן דעם רבי'ן עסן אַ בייגל מיט פּוטער ויתבהל המלאך מאד איך אפשר אחר עליות עצומות כאלה אַראָפּטראָגן אַזוי נידעריק. אָבער באמת איז ניט אַזוי, דאָס איז געווען דער כח פון רבי'ן אַז אין די העכסטע מדרי' איז ער ניט געווען אָפּגעטראָגן אינגאַנצן פון וועלטיח, וואָס מצד בריאות דאַרף מען עסן.
דער זיידע הצ"צ האָט דערציילט אַז דער רבי האָט אים אַמאָל געזאָגט אַז דער רבי — דאָס הייסט דער מגיד — איז נאָך עם אַ סך אַ סך שולדיק דערפאַר וואָס ער האָט גע'פּועל'ט באַ זיין זון דעם מלאך ער זאָל האָבן אַ שייכות צו דער וועלט.
און דאָס איז דער אויפטו פון דעם רבי'ן, זיין אין וועלט און צוקומען צו [די] העכסטע מדרי' ע"י עבודה ויגיעה דוקא, וואָס אויף דעם איז געווען פריער די הקדמה פון בעש"ט ותלמידיו.
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- תרפ"ח-תרצ"א
- Id
- rh-0y07v4ac
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.