Paragraph
Paragraph rh-0vhhzraz
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-0xwp5ytq
- order
- JE
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אים הערן הערט דאס אבער דער אויבערשטער בורא כל העולמות ומנהיגה וואס פירט אן מיט אלע וועלטן בכל רגע ובכל מקום, און וואס נאך מערער, ווי תורת הבעל שם טוב, וואו דער אלטער רבי ברענגט דאס, וואס דער אויבערשטער באשאפט יעדער ארט און יעדער זמן בכל רגע ורגע, מים ואפס המוחלט פון דאסניי יעדער רגע און יעדער מאל. הערט אים דעם אויבערשטן וואו ער זאל דאס זאגן, כאמור, אפילו ווען ער געפינט זיך אין א מדבר, א זיכערע זאך האט דאס נאך א גרעסערע השפעה ווען ער טוט דאס, און דערביי זיינען דא נאך אידן, ווער רעדט נאך אנשים ונשים וטף, ביז אז קהל גדול ברוב עם הדרת מלך, במילא ווערן זיי דאך אויך באאיינפלוסט פון זיין אויפפירונג, אפילו פון אן אויפפירונג פון א קלייניקע מיידעלע, אדער א קלייניקע נינגעלע, זעט מען גאר פארקערט, אז בשעת אן ערוואקסענער, א איד מיט א ווייסער בארד, זעט אז ס'שטייט א קלייניקע מיידעלע, און בציל במומר, אדער טוט אן אנדער מצוה-מאכט דאס אויף אים א סאך מאל א סאך א טיפערן איינדרוק, און ווירט מערער אויף זיין פרומקייט און אויף זיין אויפפירן זיך, מערער ווי ער זעט דאס פון אן איינעם וואס ער איז שוין נאך בר-מצוה אדער אויך מיט א ווייסע בארד ווי ער האט, וואס דעמאלט איז ביי אים ניט אזא פלא, און מאכט דאס ניט אזא משטארקן רושם, אז ער גיט א קוק א מיידעלע וואס האט זיך ערשט דאך געשפילט מיט קינדישע זאכן, און דערנאך האט זי זיך געכאפט און דערמאנט זיך, אז ס'איז ספירי צייט, און ס'איז געקומען די צייט אויף טיילן ספירה כאפסי גלייך איר אייגענעם סידורל און זאגט די ברכה, און זאגט דאס מיט התפעלות ווי ס'איז דא ביי א קינד, א מיידעלע אדער אן אינגעלע, און ס'שטייט דערביי אן אלטער רב מיט א ווייסער בארד און אן אלטער משפיע וכו'וכו זעט מען במציאות, און מ'דארף אויף דערויף ניט האבן קיין ראיות, מ'זעט דאס, כאמור, מיט עיני בשר, די השפעה וואס דאס קען האבן,
- proofread
- 0