Paragraph
Paragraph rh-0tq387z0
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-f48zr09g
- order
- CO
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- דאס זאל נאך פועל זיין, אז החי יתענע לבו, אז דער אויבערשטער גיט אזא מין גרויסע עלי'אז צוליב אט דער עלי'טוט דער אויבערשטער, כביכול, אן ענין וואס איז פארקערט, כביכול פון זיין אייגענע בחירה, וואס ער האט אויסגעקליבן אט דעם גוף. ויש להאריך בכגן זה, אבער מ'האלט דאך אין ענינים של שמחה, און וואס דאס איז דאך גאנץ חודש ניסן, איז אין אומרים בו תחנון, דערפאר וואס דאס איז אלץ א חודש וואס מ'דארף ניט אנקומען צו תחנון, דער חודש אליין טוט אויף אט דאס וואס אן דערויף דארף מען אנקומען צו תחנון, וואס תחנון איז דאך תכלית השלימות בזה, די י'גמל מדות הרחמים, און זאגט מען, אז חודש ניסן שטייט נאך העכער דערפון, און מ'דארף ניט זאגן אפילו י'גמל מדות הרחמים, דערפאר וואס די עצם מציאות פון ניסן טוט דאס אויף, וויבאלד אז דאס איז א טאג אין ניסן האט מען אויפגעטאן וואס מ'געפינט זיך באותו שעה הנשמה בגוף, במילא איז מען דאך פארבונדן מיט זמן ומקום, האט מען דעם שינוי אז דאס איז חודש ניסן, איז אט דעמאלט ווערט אויפגעטאן נאך העכער ווי י'מדות רחמין טוען אויף, און טוען דאס אויף אין אן אופן אז מ'דארף ניט אנקומען צו א ירידה שלפני זה, נאר מ'גייט גלייך מחיל אל חיל, ביז אין אן אופן וואס ס'איז גאר א הליכה שלא בערך, וואס ווערט אנגערופן דילוג וקפיצה, ביז דילוג בשתי רגלים, כמוזכר לעיל, אז דאס איז דאך אויך די הדגשה פון חודש ניסן, וואס ער ווערט אנגערופן חודש של גאולה די גאולה על ידי הקב,"ה, וואס זי איז דאך א גאולה אין אן אופן פון מדלג על ההרים ומקפץ על הגבעות און ווי ער טייטשט אפ אין מדרש, אז דאס איז מדלג על ההרים אפילו פון די הרים וואס זיי זיינען אבות העולם, און אפילו פון די גבעות וואס דאס גייט דאך אויף די ד'אמהות, איז די גאולה איז נאך העכער, ביז וואנענט אז ס'ווערט א דילוק בקפיצה, ברגל אחת, און נאכמערער
- proofread
- 0