עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-0tjkhzym

kind
paragraph
order
Ib
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אז מ'זאגט אז להבדיל בין הקודש ובין החול איז דאס פארבונדן מיט להורות, מיט תורת אמת וואס זי איז תורת חסד, דורך דערויף וואס מ'איז להבדיל בין הקודש ובין החול ברענגט מען ארויס בגלוי אין תורת אמת, ביז ער קומט אראפ אין תורת חיים, דער גילוי וואס ס'איז דא אין מעלה אין חול, און להורות און להבדיל אין חול, אפילו לגבי דעם ענין ווי ער איז דא אין קודש, ויש בזה מה שאין בזה די מעלה וואס איז דא אין קודש לגבי חול. וואס בכללות איז דער חילוק איז, אז די מעלה בקודש איז תמידין כסדרן עבודת צדיקים די מעלה אין חול איז תשובה וואס ער איז מושיב דעם חול אין מקורא ושרשו, און וויבאלד אז נפל למטה יותר, איז פארשטאנדיק, אז זיין שורש איז למעלה יותר, ברענגט מען דורך דערויף ארויס אויך די מעלה אין חול. וואס דערפאר איז אויך יש לומר בנוגע צו יום הולדת. מאי טעמא, אז ס'איז געווען א ריבוי זמן איז דאס געווען אין אן אופן מערניט ווי פאר יחידי סגולה, און זיי האבן דאס אויך געהאלטן בסוד. דערנאך איז געווארן די פארקערטע נטיעה, אויף מאכן דערפון דעם גאנצן טראס מיטן גאנצן פרסום, מיט דעם גא� רעש ואש דקדושה, ווארום ס'איז געקומען די צייט אז ס'ענדיקט זיך דער גלות, במילא מוז מען פארענדיקן די לעצטע בירורים אויך אין חול, וואס דער לעצטער בירור אין חול איז דאך אז מ'איז אין אים מגלה די מעלתה הכי גדולה, וואס דערפאר איז דאס אויך פארבונדן דוקא מיט עבודת התשובה, ביז וואנענט אז אויך צדיקיות עתיד לשבא בתיובתא, מוז מען אויך אנקומען דערצו, דערפאר וואס דאס איז א ענין וואס אין צדיקים גמורים איז ניט נאר אין עומדים שם נאר מ'דערגרייכט אויך א העכערע דרגא אין תשובה, וואס אין יכולים לעמוד שם. און זיי דארפן אנקומען להתבא, מ'נעמט זיי ארויס פון זייער ארט און מ'שטעלט זיי אריין בתיובתא, אין די דרגא און אין דעם עולם התשובה, און דארטן טוען זיי אויף אויך
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions