Paragraph
Paragraph rh-0t0k292d
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-kr3jwzsb
- order
- j
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- מאשר געווען און מקבל געווען די משוה פון דעם צו וועמען מ'איז דאס מאשר, און דאס איז אויך נתפרסם געווארן בכל העולם כולו, אז ס'זאל ווערן אויך בכל העולם כולו א גאולה א גאולה אמיתית, וואס דאס איז דאך דער אויפטו פון די גאולה העתידה לבוא, אז די גאנצע וועלט ווערט אויסגעלייזט, ביז וואנענט אויף לתקן עולם במלכות שד-י, אז ס'קומט אזוי ווי יעדער איד און אלע אידן ווערן אויסגעלויזט, אזוי אויך יעדער בירור און יעדער ניצוץ קדושה בכל העולם כולו ווערט אויסגעלויזט, און ער איז כולל און נעמט מיט זיך מיט כל העולם כולו. לעוד והוא העיקר, אז במהרה בימינו ממש איז מען זוכה מקבל-זיין פני משיח צדקנו, וקיצו ור אהרן און כל שוכני עפר על אחת כמה וכמה אט די וואס זיינען שוין נשמות בגופים און די וואס האבן מקיים געווען דער והחי יתן לבוים גלייך שוין אנגעהויבן, מיט א תוספת כח און א תוספת חיות, ווי ס'פאסט פאר א שנה שני'ע וואס האט זיך שוין אנגעהויבן און האט שוין א גאנצן מעת-לעת בדבר, און כולם ביחד, בנערינו ובזקנינו בבנינו ובמנותינו, געפינען זיך אין מעמד ומצב פון גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, אין ארץ הקודש, און דארטן גופן, אין ירושלים עיר הקודש, ובבית המקדש, און דארטן גופא אין קודש הקדשים, און דארטן האט מען די לשכת הגזית, און מ'לערנט דארטן די עולה המשפטים חדשים וואס איז דאך פארבונדן אויך מיטן בית המקדש, ובית הוראה בכלל, און דארטן גופא מיט דעם ארט וואו מ'האט אויסגעלערנט דעם מקום פון סנהדרי גדולה, און פון די אלע וואס איז געווען אין בית המקדש, על אחת כמה וכמה די סנהדרי גדולה העיקרית, דעמאלט ווערט וואס שבעה שבטייך כבראשונה אויך בפשטות, און ס'ווערט אין אן אופן פון טובה ראוייתה, ווי ער זאגט אין ירושלמי, אז דאס איז חוזרין בתחילה לטברי און פון דארטן קערט מען זיך גלייך אום אין בית המקדש, און דארטן אין לשכת הגזית, און דארטן בכל הענינים, צוזאמען מיט שבטייך
- proofread
- 0