Paragraph
Paragraph rh-0s9z7yft
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-y46c9fhx
- order
- sF
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אידישקייט, וויבאלד אז ס'איז דא זאכן וואס גלות שטערט דערצו, און האלט דאס אפ, בדוגמא ווי דער זאך פון מקריב זיין קרבנות אין בית-המקדש מוז מען איצטער יוצא-זיין, און ונשלמה פרים שפתינו דורך אנצינג דורך מקריב זיין דער מתפלל זיין יעדערער ביי זיך אין הויז, אדער נאך בעסער אין בית הכנסת, און דאס ווערט ונשלמה פרים שפתינו אז דער אויבערשטער פאררעכנט דאס פונקט ווי מ'וואלט מקריב זיין די קרבנות אין בית-המקדש, איז דורך יעדער תפילה און דורך יעדער מצוה, על אחת כמה וכמה א מצוה וואס איז פארבונדן מיט ברכת שהחיינו, און ווי אלע מצוות זיינען פארבונדן מיט א ברכה אין וועלכע מ'דערמאנט נאכאמאל, אז דאס איז קדשנו במצוותיו פון דעם אויבערשטן היילט דאס נאכמערער צו, אז ס'זאל ז ממש די גאולה האמיתית והשלימה. ובנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו וועלן מיר אלע צוזאמען זיין, ווארום מ'וועט קומען ינני שמיא גאר אויפן שנעלסטן אופן, אלע צוזאמען אין ארץ הקודש, און אין ירושלים עיר הקודש, און אין בית המקדש השלישי מקדש, אדנ-כוננו ידיך. ובפרט נאך אז מ'איז מוסיף במיוחד די מצות צדקה, ווי ס'פירט זיך דער מנהג, אז אזא מין קענת איז פארבונדן און מ'איז אים מסיים דורך מאכן יעדערער פון אייך פאר א שליחה, אויף געבן א צדקה וואס מ'גיט, און אין די מטבע וואס מ'גיט, און צוגעבן אין דערצו פון אייגענע מטבעות, און דער עיקר פון אייגענע הארציקייט און פון אייגענע לעבעדיקייט און פון אייגענע זריזות, ביז וואנענט אז מ'ווערט א נר להאיר, וואס אויב מ'ווינטשט דאס אזוי אלע אידן מאנסלען, על אחת כמה וכמה אז דאס ווערט פארלאנגט און געגעבן געווארן כח אויף יעדער פרוי וואס זי איז מקיים הדלקת הנרות, ביז אפילו א קליינע מיידעלע, אז איר ווערט די קליינע מיידעלע א נר להאיר, באלייכטן איר הויז נאך מערער וויפל ס'ווערט באלויכטן דורך דעם אור וואס איר
- proofread
- 0