עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-0qtg33a5

kind
paragraph
order
3s
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
דורך דערויף וואס א מענטש ציילט דאס יא אדער ציילט ניט איז דער טאג גייט דאך פון זיך אליין, און ס'קומט א טאג נאך א טאג, ביז וואנענט אז ס'קלייבט זיך צוזאמען א ריבוי טעג, ווי דורך ריבוי וואכן, דורך א סך וואכן, וואס טוט מען אויף דער קונט און דורך דער וואס מ'ציילט זיי? לערנט מען דאס אפ פון דער זאך פון ציילן, ווי מ'זעט דאך ביי א מענטשן פירט זיך, אויף וועלכע זאך ציילט מען? א זאך וואס האט א חשיבות, וואס האט א וויכטיקייט, א זאך וואס האט ניט קיין אינהאלט און האט ניט קיין וויכטיקייט, און איז דעם גאנצן ניט נוגע פירט זיך ניט א מענטשער זאל דאס ציילן, צי דאס איז איינע אדער צוויי אדער עטלעכע און פערציק, וכיוצא בזה, ווארום ער זעט אין דערויף ניט קיין וויכטיקייט, צי ס'איז עטלעכע און פערציג אדע ס'איז עטלעכע און דריי סיג אדער ס'איז מערניט ווי איינע אדער צוויי. בשעת אבער א זאך איז וויכטיק, און נאך ניט סתם וויכטיק, נאר מיט אזא וויכטיקייט וואס ווירקט איין אויף די טעג פאר דעם טאג אין וועלכן מ'געפינט זיך, און איז אויך משפיע אז ער ווירקט אויך אויף די טעג וואס קומען נאך דערויף, ובפרט נאך אז די טעג פון וועלכע מ'קומט, און ווען מ'האט אנגעהויבן ציילן, איז וויכטיקע טעג ווי אין דעם פרט פון ספירת העומר, הויבט מען דאך אן ציילן גלייך ממחרת, אויפן מארגן, נאך יציאת מצרים, נאך דעם ערשטן טאג פסח, איז גלייך נאך דערויף ווי מ'קומט-צו-זיך, צו די ענדערונג,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions