עברית
Library

יום שמחת תורה תרפ"ט

41

ז. (.. . הדיבורלד עם ר"מלה שו"ב שי'):

מען האָט געדאַרפט מבטל זיין די מניעות ועיכובים וואָס דער שוחט האָט ניט קיין צייט צו טאָן אין תורה ועבודה. אַ שוחטלו דאַרף מען קאָנען אין בית המדרש, ניט פון באָינעלז. אַ שוחט איז דען אַ סקאָטאָבאָיעץלח? דער ענין פון נטילת נשמה איז דאָך אַ שווערער ענין זייער, דאַרפסט דאָס פאַרשטיין בעומק, גאָר טיף. נטילת נשמה איז דאָך זייער אַ שווערער ענין. באמת איז דער תחלה פון דעם אין גליא שבתורה, איז דאָס וואָס יצחק האָט געזאָגט עשו'ן, וצודה לי ציד­הלט, דער ה' פון צידה כנודעמ. אָבער דאָס איז אַ שווערער ענין. דער קו הגבורה בכלל, און זיין אַ כלי צו גילוי אור אלקי מיט דעם קו הגבורה, איז זייער שווערמא. און בפרט נטילת נשמה, הוצאת דם. מען נעמט די הינדל, מען ציט אויס דעם סימן, וואָס טוט מען, מען איז שופך דם. און מען טוט דאָס אַזוי קאַלט. וואָס באמת צו דער אַרבעט דאַרף זיין אַזוי. אפילו בענין המילהמב דאַרף דאָך זיין שלא יתבהל, שלא יתעלף כו'מג, דאם לא כן לא תהי' העובדא כדבעי. וכן בשחיטה. אמנם הוא עובדא של נטילת נשמה, און עס איז אַזוי מיט קאַלטקייט. צוליב, אַז אברהם, ברוך, גדלי', דוד זאָלן עסן אַ כשר'ן שטיקל פלייש, וואָס עס קאָן זיין אַז ער איז גאָר אין דעם פאַל וואָס אסור לאכול בשרמד (כמבואר בענין גדריםמה). און באמת דאַרף מען דאָך שעכטן און אַלע זאָלן האָבן נאָר כשר'ע פלייש. דערפאַר איז שחיטה ווערט אָנגערופן אַ מלאכת ד', און אַ שו"ב איז דער עושה מלאכת ד'. אמנם העשי' גיין נוטל נשמה זיין לשפּוך דם. וואָס נאָך הונדערט און צוואַנציק יאָר איז דאָך ניט גוט צו האָבן צו טאָן אפילו מיט קיין מענטשן, כל שכן מיט בהמותמו.

* * *

אַלע פאַרשטייען גוט, אַז ניט דאָס איז אַ שוחט וואָס גייט אַרום מיט אַ מאכלת. אַ מלאך המות גייט אַרום מיט אַ

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-0qn9m98m

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources