Paragraph
Paragraph rh-0pwyzvkn
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-1nk3yh6m
- order
- 2D
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ווי דערמאנט פריער, נעמט זיך א איד ארויס אלע הוראות, אלע אנווייזונגען, וועלכע ער דארף נוצן און באקומען פון תורה בכלל, און פון פרשת השבוע במיוחד, וואס דערפאר פארבינדט מען זיך גלייך מיט דער פרשה פון דער וואך, און וואס די פרשה ווערט דאך אויך פאנאנדערגעציילט אין זיבן חלקים, וואס יעדער חלק פון דער פרשה איז פארבונדן מיט א יום מיוחד, מיט א באשטימטן טאג פון דער וואך. וואס מ'געפינט דאך ביום השלישי שהוכפל בו כי טוב אין דעם טאג פון דינסטיק, וואס דעמאלט שטייט אין תורה, אז דעמאלט האט דער אויבערשטער אריינגעשירבן אין תורה, אז דאס איז א טאג וואס אין דעם טאג איז צוויי מאל טוב, וואס דאס ווערט אויך אן אפלערנונג פאר די אלע וואס זיינען באשאפן געווארן אין דער וועלט פאר אידן און פאר ניט-אידן, ווערט דאס אן אנווייזונג אז מ'דארף זען פארשפרייטן גוטסקייט ארום זיך, אנהויבנדיק אפילו בא גאר קליינע קינדער, איז אפילו א קליין קינד גיט מען אים אויך די מעגלעכקייט ער זאל קענען טאן א גוטע
- proofread
- 0