Paragraph
Paragraph rh-0p10zv6d
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-19aprpmm
- order
- 4x
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- כנסת ובית המדרש, און אז ס'איז דא א חדר און א תלמוד-תורה און ישיבה וואו אי'האט געלערנט די וואכן פאר דעם, און וועט לערנען צוריק, קומענדיק צוריק פון קעמפ, אדער אויך די שעות אין טאג וואס ס'איז געווען אין א די-קעמפ וועט ער דעמאלט זיין ניט אין קעמפ, נאר אויך זיין אין נייער תלמוד-תורה אדער אין נייער חדר וואו מ'לערנט תורה און מ'איז מקיים מצוות, וואס דאס באלייכט אויך דעם גאנצן טאג, מיט תורה אין אלגעמיין. און ווי דערמאנט פריער, אז תורה טיילט זיך דאך צוזאמען דערמיט וואס די גאנצע תורה היא חיינו, איז דאך פונקט אזוי ווי דער לעבן אין גוף איז דאך פאנאנדערגעטיילט, ס'איז דא דער לעבן ווי דאס איז אין הארצן, און דער לעבן ווי דאס איז אין קאפ, און דער לעבן ווי דאס איז אין פוס, און אין דער פיאטע פון דער פוס, וואס די אלע זיינען דאך טיילן פון א לעבעדיקן גוף ונשמה, פונדעסטקען איז דאך דא אויך חילוקים, ס'איז דאך ניט גלייך דער לעבן אין די אלע אברים, ווי דערמאנט פריער, און אזוי אויך איז ניט
- proofread
- 0