Paragraph
Paragraph rh-0m7n7r74
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-k3vzk2g7
- order
- P2
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ן גוף, און ער ווייס אויך, אז די באוועגונג פון זיין גאנצן גוף האט קיין חשיבות ניט, קיין באטרעף ניט, מיט דער באוועגונג פון אזא מין גרויסן ענין ווי ירח, על אחת לבנה, על אחת כמה וכמה די באוועגונג פון דעם נאך גרעסערן ענין ווי דער ענין השמש, ובפרט נאך אז ער גיט מיט אמאל א קוק ביינאכט, זעט ער ווי אזוי ס'איז באוועגן זיך כל הכוכבים צוזאמען, און ס'איז באוועגן זיך אויך די ירח, די לבנה בלילה, און ווי ס'איז דאך דא אויך אין כמה מקומות, ובפרט נאך אין כמה זמנים בשנה, זעט מען אין דער זעלבער צייט אויך דעם שמש מיט די לבנה, וכמדובר כמה פעמים, מ'זעט דאס אז בשעת ס'איז דא א ליקוי לבנה, זעט מען דעמאלט דעם שמש, און א ליקוי שמש זעט מען דעמאלט דעם ענין הלבנה, און אויך דעם ענין הכוכבים, אפילו ווען דער ליקוי חמה איז דאך אין מיטן פון טאג, ע דרך ווי ס'איז געווען היינטיקן זומער, און וואס דאס האבן דאך אידן געזען אדער געוואוסט דערפון,
- proofread
- 0