עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-0gwezpca

kind
paragraph
order
3s
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
איינע פון די משנות וואס מ'לערנט אויך אין צוזאמענהאנג מיט יארצייטס, און דערנאך לערנט מען דאס אויך ברבים, איז די משנה הידועה, וואס זאגט, אז מחד שהיא נמצאת על מערת המערה הי'נותן ומנותל במים, עד שיעבר עלי'הגל טהורה, מחד שניתונה על מערות המערה, איז בשעת מ'איז אן אדל וואס געפינט זיך אין א מקוה, נאר וויבאלד אז דאס איז א קליינע זאך, האט מען מורא אז ס'וועט גיין פארלארן, במילא לייגט מען איר אריין ניט טיף אין דער מקוה, נאר אויף א טרעפל וואס געפינט זיך אין מקוה אויבן אן, אט דארט איז אבער אויך דא די וואסער פון דער מקוה, און דערנאך מאכט מען א איד מיט זיין האנט מאויר ומביא במים עד שעבר עליה הגל ער פירט די וואסער אין אזא אופן, אז דאס זאל ארויף אויף דער נאדל, און די נאדל זאל זיין אין איר אינגאנצן איינגעטונגט, און דורך דערויף איז די נאדל טהור, און זי איז אויך מטהר דערנאך די אלע ענינים ארום זיך, ניט נאר זי ברענגט ניט חס ושלום קיין ענין פון היפך הטהרה, נאר אדרבא, דורך דערויף וואס זי טוט איר תפקיד. וואס וואס איז דער תפקיד פון אן ארגיל? אן ארגיל על דרך הרגיל איז דאך דאס אן ארגיל וואס מ'נוצט דאס אויף צוזאמעננייען צוויי באזונדערע זאכן, און מאכן פון זיי איין זאך, על דרך ווי מ'נעמט א טייל פון א בגד, אן ארגיל פון בגד וכיוצא בזה, און מ'נוצט דאס צו צו דעם גאנצן בגד, דורך אן אדל, וואס צוליב דערויף דארף מען מאכן א לאכעלע אין דעם בגד און אין דעם ארבל, און דארטן ציט מען דורך א פאדים, וואס דער פאדים פארבינדט ביידע זאכן צוזאמען, און זיי ווערן איין בגד.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions