עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-0g2nvhed

kind
paragraph
order
Sm
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אפילו א קינד, בפרט נאך א אידיש קינד, גיט מען אים די מעגלעכקייט ער זאל געבן א צדקה א צווייטן קינד, נוסף אויף דערויף וואס ס'בלייבט ביי אים א מטבע, גיט ער אויך והוא העיקר פון זיינע געלט, נאך דערויף ווי ס'איז געווארן זיינע געלט, גיט ער דערפון א צדקה פון וועלכע מ'העלפט ארויס עניים, פון וועלכן אומות ס'זאל ניט זיין, דארף דאך זיין די דרכי שלום אין וועלט, דארף מען זיי אויך געבן און פאר זיי, און דורך זיי איינווירקן, אז זיי זאלן אויך געבן, וואס דאס איז דאך אויך דער מנהג פון דער מדינה במיוחד, און ווי דערמאנט מערערע מאל וכמה פעמים, צו יעדער מאל, זאל אויך אזוי זיין אין אן אופן פון ביכורים, אז יעדער איד שטייט אין א מעמד ומצב, זיין געזונט בגשמיות און זיין געזונט ברוחניות, איז דאס אין א מעמד ומצב וביכורים, אין דעם שענסטן אופן און דעם לעבעדיקסטן אופן און דעם פריילעכסטן אופן, און דאס ווערט אזוי אויך נמשך אין דער גאנצער כל הארצות, וויבאלד אז דארטן ווערט נתפשט די אלע ענינים האמורים,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions