עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-0f8fm0zb

kind
paragraph
order
nA
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ועל דרך זה, אז ער טרעפט ניט קיין ארעמאן, לייגט ער דאס אריין אין א צדקה פושקע, און מ'ערקלערט אים, אז דערנאך קומט די צייט ווען די פושקע ווערט אנגעפילט, קומט צוגיין א איד א גבאי צדקה, און טויגט דאס דערנאך פאנאנדער צו עניים, צי דאס איז מענטשן אדער מוסדות וכיוצא בזה, און טוט די אלע ענינים בשמחה וטוב לבב. און דאס איז אויך בשעת א קינד קוויטשעט, איז ערשט-א געווען איז כמדובר כמה פעמים, אז דער קינד קוויטשעט וואס אים ווייזט זיך אויס, אז דאס איז דערפאר וואס האט אים א קוועטש געטאן, אדער ער וויל א טעי, אדער ער וויל א צוקערקע, וויבאלד אבער אז דער כח אויף דעם קוויטשען גיט אים זיין נשמה, וואס זי האט אין זיך דעם חלק אלוקה ממעל ממש פארשטייט דאך אפילו א קליין קינד, אז די נשמה שבתוכו איז ניט זי קויטשעט צוליב דעם טעה, צוליב דער צוקערקער, זי קויטשעט צוליב אזא מין זאך וואס דאס איז פארבונדן מיט חלק אלוקה ממעל ממש, כדי צו קענען נאך בעסער אויפטאן אין זאכן פון אידישקייט בכלל, און אין זאכן פון אידישקייט וואס זיי זיינען צדקה, וואס זיי האבן אויך א השפעה אויפן ארום אויף אט די וואס זיי זיינען עניים בדעת, ואלו העלפט דער קינד זיי ארויס און דערציילט איז א זאך וואס אזוי איז דאס ניי, בנוגע צו אידישקייט אדער חסידישקייט וכיוצא בזה, כולל אויך וועגן אט דעם צוזאמענטרעפן זיך, וואס זיכער וועט יעדערער איבערגעבן, קומענדיק דערנאך אין זיין שטאט און אין זיין ארט און אין זיין עסקנות און אין זיין פרנסת ווי דאס איז אין א קלויט אדער אין א מתרד, אין אן אפיס, וכיוצא בזה, צו די וואס געפינען זיך דארטן, אז ס'איז געווען מיט עטלעכע טעג צוריק האט ער זיך געטראפן מיט אן אידן, וואס דארט איז געווען אנשים ונשים בטף, און האט זיך מיט זיי געטראפן אין א בית שמגדלין בו תורה און בית שמגדלין בו תפילה, וואס דאס איז געווען פארבונדן אויך מיט נשיא דורנו, מיטן רבי'ן דעם שווער,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions