פסקה
פסקה rh-0eaz05p7
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-rd48epmq
- order
- C
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אז גלייך אז מ'קומט פון ראש-חודש אב, איז דאך דער זמן נאכאמאל אויף דערמאנען וועגן ציון במשפט תפדה ושבי'בצדקה, ובפרט נאך אז איצטער געפינט מען זיך בפשטות אין ערב שבת, וואס דעמאלט איז דאך די הפטורה פון דעם שבת, איז דאס איז דאך אויך דער ציון וחותם שלה, מיט דעם פסוק ציון במשפט תפדה ושבי'בצדקה, און וויבאלד אז בנוגע צו שנים מקרא ואחד תרגום, וואס מ'זאגט דאך בנוגע הויבט מען נאך שוין אן פון פרייטאג, איז דאך אויך כולל דער ענין פון דער הפטרה, ווי אויך בפשטות, אז מ'דארף אויך איבערזאגן פאר זיך די הפטרה, פונקט אזוי ווי מ'זאגט איבער די שנים מקרא ואחד תרגום, כמובן פון מנהג ישראל בזה האט מען דאך אויך, ובפרט אז בשעת מ'קומט פון תפילת ערבית האט מען דאך ביידע זאכן. דער ציון במשפט תפדה וואס במשפט גייט דאך אויף ענין התורה, און אין תורה עצמה גייט דאס אויף ענין פון הלכות שבתורה, ווי מ'ברענגט דאך אויך די ראי'אין לקוטי תורה פון תחילת הסדרה פון אלה הדברים, דערפון וואס מ'זאגט, אז במשפט איז טייטשן איבער כהלכתא קדמייתא, אז דאס איז אן ענין פון אין תורה גופא דער ענין פון הלכה. וואס דאס איז דאך אויך דער ענין פון קריאת-שמע, אף על פי וואס קריאת-שמע בכלל ווערט דאך אויך אנגערופן, ביז וואנענט אז ס'האט אויך א דין, מ'דארף האבן די ברכת התורה, אויב מאיזו סיבה שתהי'האט ער דאס פריער ניט געזאגט, קען ער ניט זאגן קיין קריאת-שמע בבוקר, ביז וואנענט וועט מען ניט האבן דעם ענין פון ברכת התורה? איז דאך אין קריאת שמע גופא די הלכות וואס שטייען אין קריאת שמע, איז דאך הלכות פסוקות, אנהויבנדיק פון שמע ישראל הוי'אלקינו הוי'אחד וואס דאס איז דאך די הלכה פון קבלת עול, וואס אין דערויף איז דאך ניט שייך האבן קיין שקלא וטריא, על דרך זה אויך ואהבת את הוי'אלקיך בכל לבבך, וואס
- proofread
- 0