עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-09t6havj

kind
paragraph
order
2h
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
יחד שבטי ישראל, וואס דאס האט דאך אויך א שייכות מיוחדה צום אושפיז פון הושענא רבה, וואס דאס איז דאך דוד המלך, ועל דרך זה אויך דער רבי נשמתו עדן, וואס ער האט אויך די שיחה הידועה, וואס ער האט אנגערופן זיינע תלמידים פון זיין ישיבה, אז ער מאכט פון זיי, מהודיעה ומכרית, אז זיי זיינען חיילו בית דוד, און זיי גייען ארויס אויף מתקן זיין, אז שטאט דעם וואס ס'וועט זיין אזעלכע וואס וויל לערנען כפשוטו איז עקמות משיחך וועט דערפון ניט בלייבן קיין שריד ופליט, ואדרבא ס'וועט זיין ונהפוך הוא מיטן זעלבן שטורעם, נאר להיפך, אויך אט די וואס לערנען דאס, אז דאס איז בדקות הכי דקות, אז בערך פון דעם שטורעם וואס ס'דארף זיין לגבי עקבות משיחך, איז זאל דאס על דרך מאן דמחוי במחוג קמי מלכא קדישא אף על פי וואס ס'איז מערניט וואס ער איז א מחוי במחוג, ווען נעמענדיק דעם בערך אז דאס איז קמי מלכא קדישא איז אן אנדער חשבון, אפילו אז די אלע ענינים זיינען בדקות הכי דקות איז מען דאך דערנאך מסיים אמן ווי אמן, וואס אמן איז דאך כמובן לגן פשוט, צום אלעם ערשטן דער פירוש הפשוט בזה איז, אז דאס איז מכריז אז דאס איז א נצחון הכי גמור, וואס דעמאלט זאגט מען אמן, על אחת כמה וכמה בכפליים, נוסף דער רמז שבזה, אז דאס איז אויך דער צירוף פון הוי'א דנו, כמדובר כמה פעמים, וואס דאס איז דאך כולל כל השמות כולם, און דעם שם העצם, און שם המפורש, און שם הידוע, און די אלע פרטים וועלכע מ'גיט תוערים וואס מ'גיט אויף דעם שם,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions