עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-07jh2tn0

kind
paragraph
order
PB
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
מעשים אויך צוגעבן נאכמער חיות, נאכמער אידישקייט וכו.' און ווי מ'זעט דאס אויך בפשטות, אז דאס איז ניט א זאך וואס מ'דארף אין דערויף לערנען וואס מיינט מען דערפון דאס איז אן איינפאכע זאך, אז בשעת מיט א טאג פאר דעם אדער מיט א וואך פאר דעם האט ער אדער זי קיין נומען א ניינטייל אין אויפבויען א מוסד פארבונדן מיט תורה אדער פארבונדן מיט אידישקייט אין אלגעמיין, אדער פארבונדן מיט אן עיקר'דיקער מצוה פון תורה, מיט צדקה, האט ער בכח, און טוט אזוי אויך בפועל, אז בשעת ער מאכט בא זיך דעם חשבון, אז היינטיקן טאג האט ער אויסגעפילט דעם טאג, אז דער טאג איז געווארן א פולער מיט אור עבודה וגמילות חסדים, גיט ער גלייך א חשבון זיך אליין א חשבון צדק, אן אמת'ן חשבון, ווי אזוי האט ער אויסגעפילט דעם טאג פאר דעם און די וואך פאר דעם איז דעמאלט זיכער, וויבאלד אז אים איז צוגעקומען נייע כוחות און נייע חכמה, האט ער די מעגלעכקייט, און אין א לייכטן אופן, אויף צוגעבן אויך אין די מוסדות וואס ער אדער זי האבן געגרינדעט מיט א טאג פאר דעם אדער א וואך פאר דעם, אדער מיט א יאר פאר דעם, אדער אין אן ענין פון חינוך וואס ער אדער זי האט זיך אפגעגעבן מיט מחנך זיין מיט ערציען קינדער, אז זיי זאלן האבן אן אמת'ן לעבן און א ריכטיקן תורה-לעבן פארגעסט ער ניט און זי פארגעסט ניט אויף אירע תלמידים און תלמידות, און זוכט א געלעגנהייט, אפילו אז זיי לערנען שוין ביי אן אנדער מורא, אדער זיי געפינען זיך גאר ניט אין דער זעלבער שטאט געפינט ער א געלעגנהייט, און דער אויבערשטער איז אים מצליח אין דעם, אז זי אדער ער זאל קומען אין פארבינדונג מיט די תלמידים פון יארן פאר דעם, און זיי דערציילן דורך א בריוו אדער דורכן טעליפאן אדער בשעת'ן
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions