Paragraph
Paragraph rh-06y9wsjr
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-8thzn1y7
- order
- Aw
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- זיך בעושה מעמד ומצב האט דאך דאס אין זיך ביידע ענינים. ס'האט אין זיך דריי באזונדערע ענינים, וביחד עם זה, וויבאלד אז זיי טרעפן זיך אלע צוזאמען, האבן זיי אויך ווי יעדערער פון זיי איז משפיע אויף די אנדערע צוויי, וכמדובר כמה פעמים. וואס על כל פנים בקיצור די הכנה פון פסח און די פעולה פון פסח, איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס איז ראשון לרגלים, און ניט נאר ראשון לרגלים, נאר אויך דער ראשון וואס אידן זיינען געווארן א פאלק, לקחת לו גוי מקרב גוי באותות ובמותים וואס דאס איז דאך געווען בא יציאת מצרים, במילא איז דאך אויך פארשטאנדיק, אז די אלע ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט ווערן א פאלק, האט דאס אויך א פעולה אויף דעם צוזאמענטרעפן זיך און צו פועל-זיין איינער אויפן צווייטן, און יעדערער אויף אלע איבעריקע, ביחד עם זה האט דאס אויך די פעולה פון ספירת העומר, וביחד עם זה אויך די פעולה פון פרקי אבות. וואס בכללות, כמדובר, די פעולה פון פסח איז דאס וואס ס'ווערט דער אתהוות פון א דבר חדש, וואס אף על פי וואס די שלימות פון אתה בחרתנו איז געווארן בשעת מתן-תורה, אבער ס'איז דאך פארשטאנדיק, אז ס'איז שוין געווען אשר לקח לו גוי מקרב גוי איז דאך דאס שוין גלייך געווען בא יציאת מצרים, און אט דאס פועל'ט אויך און כולל אין זיך כל הענינים וואס ווערט אויפגעטאן, ווארום דאס איז דאך די הולדת העם, במילא איז דאס אויך פארשטאנדיק, אז מ'טרעפט זיך צוזאמען דארף פועל זיין דער טרעפן זיך, אז מ'זאל באטראכטן זיך, און באטראכטן דעם מיט וועלכן מ'טרעפט זיך, אז דאס איז פונקט ווי א דבר חדש, און ניט נאר פונקט, נאר דאס איז טאקע א דבר חדש, וויבאלד אז תורת אמת זאגט, אז דאס איז לקקת לו גוי מקרב גוי
- proofread
- 0