עברית
Library

Igros Kodesh (the Frierdiker Rebbe)

ו'שצז

ו'שצז

[כ"ג תמוז, תרצ"ה]

אל1 מרת טשערניאק2 תי'

אייער בריף האָב איך ערהטלטין, וי איך האָב זעך די לעצטע צייט דערוואוסט, איז די קריינקייט ואָס אייער מוטער3 זאָהל לעבין – דער אויבערשטער זאָהל איר צושיקין אַ היילונג – ליידעט, איז דאָס ניט ד"ר גערזאן'ס ספעציאַלנסט, אין פאַריז בעדאַרף זאיין אַ ד"ר דינקין4 – ער איז גיקומען פון ברלין, מאיינער א גוטער בעקאָנטער, זייער אַ גוטער ד"ר אונד מענטש – זאיין אַדרעס וייס איך ניט, איך שרייב צו מאיין פריינד הער ריינין5, אַז ער זאָהל אייך צוויסין געבין טעלעפאָניש אָדער בריפליך דעם אַדרעס פון ד"ר דינקין, און ועהן איהר ועט האָבין דעם אַדרעס ועט איהר זעך זעהען מיט ד"ר דינקין, איינלאַדין אים און בעראַטען זעך מיט אים.

אין אונזער הייליגע תורה תלמוד שטייט6 גישריבין אַז די רפואה שיקט צו דער אייבערשטער גיבענטשט איז ער, דורך דעם דקטור און דורך דער מעדיצין, בעטין די רפואה, בעדארפמען בעטין באַ דעם אייבערשטין – גיבענטשט איז ער, און מי דאַרפין בענוצין דקטֹרים און מעדיצין.

דער אייבערשטער, גיבענטשט איז ער, זאָהל אין גיכין צו שיקין אַ גוטע היילונג אייער מוטער זאָהל לעבין, און זאהל אייך בעגליקין אין אלעס ואָס איהר האָט נייטיג.

געויס ועט איהר מיר שרייבין ואָס אייער מוטער זאהל לעבין מאכט, און ועגין ד"ר דינקין, מיך אינטערעסירט ויסין אייער פינאַסיעלע צושטאַנד צי האָט איהר אייער בעדערפניש, דער אייבערשטער זאָהל אייך בעגליקן.

המברכם.

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-066gnwa0

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources