Paragraph
Paragraph rh-05k2cns3
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-f48zr09g
- order
- V
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און וויבאלד אז ס'איז דא דער ענין אין תורה, איז דאך פארשטאנדיק אז אינו מבקש אלא לפי כוחו איז יעדערער וואס וועט וועלן מיט אן אמת דאס דורכפירן בפועל, וועט ער דאס קענען אויפטאן אין צוזאמענהאנג מיט זיין יום הולדת שלו, עאכו כמה וכמה מיט יום הולדת פון די וואס זייער חינוך איז זיין זכות וחיוב, וואס דאס איז אנהויבנדיק פון בניו ובנותיו, כולל אויך דער זוגתו ואשתו וכו', ביז האבד ועבדך ועמתך, כמדובר כמה פעמים. וואס דאס איז אויך בהמשך און א ביאור וואס מ'איז מטריח דעם ציבור אויף רעדן ווידער אמאל און ווייטער אמאל, מצד דערויף וואס דאס איז אן ענין הכי טוב בטוב הנראה והנגלה, און האט דאס אויך א שייכות צו חודש ניסן וגאולה, ווארום שמחה איז דאך פורץ גדר בכלל, על אחת כמה וכמה פורץ גדרי הגלות, וואס דערפאר איז אויך דער זמן מתאים ווי נאכאמאל מעורר זיין בנוגע צו כל ענינים אלו. וואס מענין לענין, באותו-ענין, איז כאן הזמן אויף אפדאנקען אט די אלע וואס האבן געוואונטשן בקשר צו ניחל מעבלים, האט מען ניט איספור געדאכט, ובקשר ליום זה, אין צוזאמענהאנג מיט יום הולדת, אז זיכער וועט אין זיי מקויים ווערן הבטחת הקב",ה ואברכה מברכיך מיט די אלע פרטים ווי אויסגערעכנט אין תורה שבכתב, על אחת כמה וכמה מיט מדרשי חזל, אעפ'כן באפרייט זיך דאס ניט אט דעם וועמען מ'האט געבענטשט, אז ער זאל אויך באווייזן אז ער ווייס דערפון און איז דאס מאריך, נוסף אויף דערויף וואס דער אויבערשטער איז מאריך כביכול, ביז וואנענט ואברכה מברכיך טוט אויך א בשר ודם, וויבאלד אז סוף-כל-סוף האט מען דאס אים געוואונטשן און אים געשריבן, אדער געזאגט בעל-פה וכו.' על אחת כמה וכמה
- proofread
- 0