עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-05hz5g9d

kind
paragraph
order
C
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
עאכו כמה וכמה אז דאס רעדט זיך פון אזא חודש וואס האט אין זיך אן עבודה מיוחדה ווי דער חודש החמישי, וואס בדוגמא ווי מ'זאגט דאך אז יהפו ימים אלו לששון ולשמחה ולמועדים טובים איז דאך פארשטאנדיק, אז אף על פי וואס דאס זאגט זיך דאך אויף די אלע ד'צומות, איז דאך אינו בדומה, וויבאלד אז ס'דארף זיין יהפכו דארף דאך זיין בערך פון דער ירידה, איז דאך אינו בדומה פון די איבעריקע צומות, פון די אלע צומות, א חוץ יום הכיפורים וואס דאס איז דאך אן ענין בפני עצמו און אן ענין מן התורה וכו כמדובר כמה פנים, איז דאך אלע איבעריקע צומות, כלול אויך אט די וואס ווערן אויסגערעכנט אין דעם זעלבן פסוק, פון צום הרביעי ביז דעם צום גדליא וכו קומט דאך ניט דער ענין העלי וואס ס'דארף זיין בערך הירידה, וויבאלד אז די ירידה וואס איז פארבונדן מיט ראש-חודש אדער מיט ראש-חודש אב איז דאך פארבונדן מיטן חורבן בית-המקדש, ניט סתם הובקה העיר אדער על דרך ווי ס'איז געווען אין צום גדליא בנוגע צו דעם גדליא וואס ס'איז געווען אנגעפירט מיט שורת הפליטה וכיוצא בזה, אדער עשרה בטבת וכיוצא בזה, איז דאך דער ענין פון ראש-חודש וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט דעם ענין פון חורבן בית המקדש איז דאך פארשטאנדיק, אז די עלי'וואס זי קומט דאך על ידי מעשינו ועבודתינו איז שלא בערך פון די איבעריקע דריי צמות, און די מדה ידועה, איז וויבאלד אז די מדה ידועה איז יש לומר, אז דאס איז מער ווי כל הצומות כולם, וויבאלד אז דאס איז פארבונדן דער צום פון תשעה באב מיט דער ירידה הכי גדולה, במילא איז דאך פארשטאנדיק אויך, אז די עליה דארף זיין די עליה הכי גדולה, ביז די עליה פון מקדת אדנ'כוננו ידיך
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions