Paragraph
Paragraph rh-042j0s8w
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-eketxban
- order
- 7Y
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ער טרעפט זיך און זעט אים בעיני בשר, איז דאך דעמאלט נאכמער די גלוי און נאכמער חיות, און נאכמערער די זיכערקייט, אז אזוי וועט דאס נמשך ווערן אין די טעג וואס אין די פארט מען זיך פאנאנדער. ובקרוב ממש וועט מען דאך האבן די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, וואס דעמאלט וועט דאך זיין אז יעדערער פון אונז, און יעדערער פון אלע אידן בכל העולם כולו, וועט זיך צוזאמענטרעפן גלייך מיט משיח צדקנו, בארצנו הקדושה, אין דער זעלבער לאנד און נאך מערער אין דער זעלבער לאנד און אין דער זעלבער שטאט ווי ירושלים עיר הקודש, און אין דער שטאט גופא, זיין שטאט באשטייט דאך פון א סך גאסן און א סך הייזער און א סך חצרות וכו וועט מען זיך טרעפן אין דער זעלבער הר הקודש און אין דעם זעלבן חצר בית המקדש און אין דעם זעלבן בית אין בית המקדש, מקדש אדנ'כוננו ידיך נאך מערער, ווי דאס איז דאך אזוי ווי יעדער טאג ביים דאוונען, איז דאך יעדער איד ביים דאוונען, אן קיין אונטערשייד, אנה
- proofread
- 0