Paragraph
Paragraph rh-03de7vs9
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-8xxnxgev
- order
- Bc
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- הויבט זיך אן כי תצא למלחמה על אויביך ונתנו הוי'אלקיך בידך, און ווי איז שוין גערעדט אין דעם, אז דאס האט א ספעציעלע אפלערנונג פאר קידיש'ע קינדער, וואס זיי געהערן דאך יעדערער פון זיי און אלע פון זיי אין צבאות השם, אפילו אט די וואס זיינען נאך ניט פארשריבן אפיציעל, אבער בנשמתם במילא אויך בגופם זיינען זיי דאך א טייל פון דעם אויבערשטנ'ס ארמיי, איז דאך פארשטאנדיק, ווי יעדער ארמיי, אין וואס באשטייט זייער לעבן און אין וואס באשטייט זייער שליחות-אז כי תצא למלחמה על אויביך, אז דאס איז א זיכערע זאך, אז אין וואס באשטייט זיין לעבן מלחמה-האבן מיט אויביך מיטן יצר, נאר וואס דען? דער פסוק לערנט אויך וואס ס'וועט דעמאלט פארקומען און ווי אזוי מ'דארף זיך דעמאלט אויפפירן, וואס בקיצור, און אויך אין א קלארן אופן, זאגט דער פסוק גלייך אין אנהויבס פון דער סדרה, אז בשעת יעדערער פון אייך, בתוך כלל ישראל, אפילו אלס א יחיד, וואס דאס איז דאך תצא לשון יחיד דארף מען וויסן זיין, אז ס'הויבט זיך אן דערמיט וואס מ'איז אלע אויבך איז ניט מ'האט מלחמה מיט איינעם וואס האט חס ושלום די זעלבע כוחות פון א אידישן קינד אדער פון א אידן בכלל איז דאס אוממעגלעך, וויבאלד אז יעדער אידיש קינד און יעדער איד בכלל הויבט זיך אן דעם טאג און זאגט נשמה שנתת בי טהורה היא, און נאך פאר דעם מודה אני לפניך שהחזרת בין נשמתי איז דאך פארשטאנדיק, אז די אלע וואס ווילן זיך שטעלן אנטקעגן אים, איז אינגאנצן ניט צו פארגלייכן זייער כח און זייערע מעגלעכקייטן צו די מעגלעכקייטן פון א אידן וואס האט ערשט ניט פון דאסניי באקומען היינט אינדערפרי, דורך דעם אויבערשטן אליין, א נייע נשמה
- proofread
- 0