Paragraph
Paragraph rh-03cvbew6
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-zz3ryqhy
- order
- 8
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ובפרט אז מ'גרייט זיך צו די טעג פון פסח, אנהויבנדיק פון ראש-חודש ניסן, אנהויבנדיק פון דעם שבת לפני זה, דעמאלט זיינען דאך אידן געווארן, בדוגמא פון בר-מצוה פון א יחיד, אז זיי זיינען אידן געווארן בר-מצוה מחוייבים במצוות בשעת מתן תורה, און וואס די התחלה בזה איז דאך געווען ארויסגייענדיק פון מצרים, ביז די התחלה בפועל, וואס ס'איז דעמאלט געווען דורך די מצוה מיוחדה פון קידוש החודש, החודש הזה לכם ראש חדשים, וואס דערביי זאגט מען דאך אז זה דערפאר וואס מ'מיינט דאס כזה רואה וקדיש האט מען שוין דעמאלט אנגעהויבן מקדש זיין דעם חודש בפועל פון דעם ערשטן ראש-חודש ניסן פאר דעם ארויסגיין פון מצרים, וואס דאס ווערט אויך א הכנה קרובה צו דעם ערב ראש-חודש ניסן ווי מ'שטייט דאך איצטער, וואס דאס איז דאך אויך די הכנה קרובה צו גאולה האמיתית והשלימה, אויף וועלכע מ'זאגט אז אחכה לו בכל יום שיבוא, אז מ'האפט און מ'איז זיכער אז ס'וועט קומען תיכף ומיד ממש, וועט דאס זיין בכל יום, כמוזכר לעיל, דער יום הרביעי פון שבת פרשה שמיני פון שנת תשמוד ידיך, כמדובר כמה פעמים.
- proofread
- 0