Paragraph
Paragraph rh-00jwbqrw
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-j54mzx16
- order
- Bc
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און די מחשבה דיבור ומעשה אויף וויפל דאס איז שייך בא קטנים, און דורכגענומען אויף דורך און דורך, על אחת כמה וכמה בנוגע צו מעשה שלהם, וואס דאס איז דאך דא אפילו בא קטנים, ווי דער דין און די הלכה איז, ובפרט נאך, כמדובר, אז דאס איז א צוזאמענקומען זיך נאך ימי הגאולה, וואס מ'איז באפרייט געווארן נאכמערער פון די הגבלות ומדידות וואס ס'איז געווען פריער, און נאך מערער דאס איז אויך א יום הגאולה, אפילו בערך ולגבי פון ימי הגאולה אין די יארן וואס ס'איז געווען פאר דעם, אפילו בערך פון דעם יאר וואס ס'איז געווען פארהיארן, מיט איין יאר פאר דעם ימי הגאולה, עאכו כמה וכמה אין די צוויי יאר פאר דעם אדער דריי יאר פאר דעם, אדער יובל שנים פאר דעם, וואס דאס ווערט דאך אויך אנגערופן בשם עולם וואס דאס איז דאך אויך דער טייטש און דער מיין פון יובל, כמדובר בתורה ובהלכה, בלשון הפסוק פון תורה שבכתב. און דאס פועל'ט אויך אין טאג-טעגלעכן לעבן, אפילו
- proofread
- 0