English
ספרייה

אגרות קודש

אגרת ט'תתקכג

ב"ה, כ"ה סיון, ה'תש"ל

ברוקלין, נ.י.

לכבוד מר ירחמיאל שי' בריקס

איך באַשטעטיג די ערהאַלטונג פון אייער בוך "על קידוש השם", מיט דעם באַגלייט-בריוו, אין וועלכן איר שרייבט בשורות וועגן אייערע קינדער שיחיו, צווישן אַנדערעס – און דאָס איז פאַרשטייט זיך דער עיקר – אַז זיי פירן אַן אידישן אַרט לעבן, לויט די אָנווייזונגען פון דער תורה הקדושה; וואָס זי ווערט אָנגערופן תורת-חיים – אַ תורה (=הוראה) וואָס ווייזט ווי אַ איד דאַרף לעבן.

דער אויבערשטער זאָל העלפן, אַז איר און אייער פרוי תחי' זאָלן האָבן אמת אידישע נחת פון זיי.

צו אייער שרייבן וועגן סיכסוך וואָס איר האָט מיט אייער שותף, איז כדאי זיך דורכרעדן מיט אַ רב וועגן אייערע אויסזיכטן צו מצליח זיין אין אַ דין-תורה באַ רבנים, און טאָן לויט דער עצה פון דעם רב.

איך פערזענלעך קען ניט אייער שותף. און בכלל געהערן אַזעלכע ענינים צו אַ רב מורה-הוראה בפועל, ווי עס פירט זיך באַ אידן.

בכבוד ובברכה.

נ.ב. בייגעלעגט איז אַ טשעק צו דעקן די הוצאה פון איבערשיקן דעם בוך.

ט'תתקכג

מר ירחמיאל בריקס: אגרת נוספת אליו – לעיל חכ"ג אגרת ח'תתיח.

תורה (=הוראה): ראה רד"ק לתהלים יט, ח. ספר השרשים שלו ערך ירה. גו"א ר"פ בראשית בשם הרד"ק. וראה זח"ג נג, ב.

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־ChassidusHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-5dbsrhrg

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit9923