English
ספרייה

אגרות קודש

אגרת ט'תשסח

ב"ה, א' וירא, ה'תש"ל

ברוקלין, נ.י.

צו אַלע אָנטיילנעמער אין דעם יערלעכן דינער

פון ישיבת אחי-תמימים אין נואַרק,

ה' עליהם יחיו

ווי דער שטייגער באַ אידן צו פאַרבינדן די פּאַסירונגען פון דער וואָך מיט דער סדרה פון דער וואָך און אָפּלערנען דערפון די אמת'ע הוראות פון אונזער תורה (פון לשון "הוראה"), תורת אמת.

דערציילט אונז די היינטיגע סדרה ווי אַזוי עס איז פאָרגעקומען דער געבורט און די דערציאונג פון דעם ערשטן אידישן קינד וואָס איז געבאָרן געוואָרן פון אידישע עלטערן – יצחק, דער זון פון אברהם ושרה, די ערשטע עלטערן פון אידישן פאָלק.

יצחק'ס געבורט איז געווען איבערנאַטירלעך און ניסים'דיג. זיין ברית איז פאָרגעקומען ווען ער איז אַלט געווען אַכט טעג, און זיין דערציאונג איז דורכגעפירט געוואָרן מיט שוועריקייטן און נסיונות.

גאַנץ אַנדערש איז געווען מיט אברהם'ס זון ישמעאל, וועמענס געבורט איז געווען אַ נאַטירלעכער, און וועלכער איז גע'מל'ט געוואָרן ווען ער איז געווען 13 יאָר אַלט, דאָס הייסט, ווען ער איז שוין געווען אַ בר-דעת.

און דער אויבערשטער האָט פאַרזיכערט אברהם'ען, אַז דוקא יצחק וועט זיין זיין אמת'ער יורש (כי ביצחק יקרא לך זרע) און דורך אים וועט אויפגעבויט ווערן דאָס אידישע פאָלק.

דערמיט לערנט אונז די תורה, אַז בשעת מען גייט אויפשטעלן אידישע דורות און אַ אידישע צוקונפט, קען מען ניט צוגיין דערצו מיט אַ "נאַטירלעכן" צוגאַנג און מיטן מענטשלעכן שכל און חשבונות.

אידישע עקזיסטענץ איז ניט אָפּהענגיק פון נאַטירלעכע געזעצן, נאָר פון דער ג-טלעכער אָנפירונג.

דאָס גלייכן איז דער יסוד פון אידישן חינוך ניט באַזירט אויף נאַטור-חשבונות, ווי דאָס איז באַ אַנדערע פעלקער. מען וואַרט ניט ביז אַ אידיש קינד וועט ווערן אַ בר-דעת און וועט אַליין פאַרשטיין ווי אויפצופירן זיך און צוקומען צו אידישקייט. נאָר מ'גיט אים אַ אידישן חינוך אין דער פולסטער און שטאַרקסטער מאָס פון גאָר דער פריסטער יוגנט אָן. און דערמיט פאַרזיכערט מען אַז דער פאַרבונד מיט דעם אויבערשטן זאָל זיין אַ שטאַרקער און אייביגער (ברית עולם), און מ'וועט איבערקומען אַלע שוועריקייטן און נסיונות, און געניסן פון אַלע ג-טלעכע ברכות בגשמיות וברוחניות.

דאָס איז אויך דער צוגאַנג און די שיטה פון ישיבת אחי-תמימים אין נואַרק, וואָס האָט היי-יאָר דערגרייכט איר "בר-מצוה". דאָס מיינט, אַז דער מוסד איז שוין רייף געוואָרן און דאַרף ערשט איצט אָנהויבן שטייגען אין דער פולסטער מאָס, פּונקט ווי דאָס דערגרייכן דעם עלטער פון בר-מצוה מיינט ניט אַ סיום ח"ו, נאָר אדרבה, אַן אָנהויב צו שטייגען אַלץ העכער און העכער.

איך באַגריס די הנהלה פון דער ישיבה, די חשוב'ע געסט און אָנטיילנעמער און אַלע פריינד, וועלכע האָבן דעם גרויסן זכות צו שטיצן און אויסברייטערן די ישיבה. זיכער וועלן אַלע נאָך פאַרגרעסערן זייער אָנטייל, און דער אויבערשטער וועט פאַרגרעסערן זיינע ברכות צו יעדן איינעם בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בכבוד ובברכה להצלחה ולבשורות טובות,

מ. שניאורסאהן

מ. שניאורסאהן

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־ChassidusHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-sn9014q5

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit9768