אגרת ו'תרצב
ח"י שבט, תשי"ט · מרת חי' שינא מיכלא תחי'
אין ענטפער אויף אייער בריף פון י"ג שבט.
איך בין געווען צופרידען צו לייענען אין עם, אז איר פילט שוין בעסער, און השם יתברך זאל העלפען, אז די בעסערונג זאל זיין אלץ גרעסער, און בפרט אז מען האט דאך מזכיר געווען אייך אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, און בעת רצון וועט מען אייך נאך אמאל מזכיר זיין - צו דעם, און בכלל צו דעם וואס איר באדארפט.
און עס איז דאך באוואוסט דער פסק דין פון רבותינו נשיאינו: טראכט גוט וועט זיין גוט. און ווי באוואוסט פילע סיפורים אין דעם, ווי מ'האט דאס געזעהען אויך בעיני בשר.
אזוי ווי בא מענשן דארף דאך דער געדאנק זיין שטענדיג פארנומען, איז בייגעלייגט דא א קאפיע פון דעם וואס עס האט זיך גערעט בא דער התועדות פון יום ההילולא, בהנוגע צו נשי חב"ד, און זייער העכסט וויכטיגע ארבעט, אין זייער אייגענער משפחה און אין דער סביבה. און אזוי ווי אין יעדער גוטער זאך, איז דאך ווי גוט עס זאל ניט זיין, איז שטענדיג דא נאך ארט אויף צו-צוגעבען. און איך האף אז אייך וועט דאס אויך צובריינגען - צו טאן אין דעם מיט גוטער שטימונג און בשמחה, און אויך דאס וועט צוגעבען אין די ברכות פון השי"ת צום געזונט בעסערונג.
בברכה לבשורות טובות בכל האמור,
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־ChassidusHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק יח
- מזהה
- rh-wpccs4cd
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit