Hayom Yom
יח תמוז
יח תמוז
ה׳תש״גדער אלטער רבי האט געזאגט אויף ר' משה ווילענקער: משה האט מוחין דגדלות, און אין די צען יאר וואס ער האט געהארעוועט, האט ער אויסגעהארעוועט מוחין רחבים.
דריי יאר האט ר' משה ווילענקער זיך מכין געווען צו יחידות באם אלטען רבי'ן, און נאכדעם איז ער געבליבען זעבען יאר אין ליאזנא אויף בריינגען די יחידות אין עבודה בפועל.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
Copies
Recent activity
#59 Hayom Yom as printed: letter, notices, Tanya lines, closing · approved