Yoman HaShlichus HaMeyuchedes
פרק ראשון
פרק ראשון
לקראת הנסיעה - כ' טבת תשמ"ח
ב"ה יום א' כ' טבת הילולא דהרמב"ם ה'תשמ"ח
דברי כ"ק אדמו"ר שליט"א אלינו לפני הנסיעה:
בנוסף צו דעם וואס מ'האט אייך שוין געגעבן, איז דא נאך פאר צדקה, אויף צו פארטיילן דארטן. כ'וויל דאס ניט צוטיילן אויף דריי חלקים, ווייל דאס איז איין כללות'דיקע שליחות, ס'זאל זיין כגוף אחד, דא איז פאראן דריי מאל ח"י, זאל דאס זיין בהצלחה רבה ומופלגה1.
פנה להר"נ שי' מינדל ואמר: וויבאלד איר זייט דאך דער עלטסטער - עכ"פ בשנים, וועט מען דאס אייך געבן2.
והוסיף כ"ק אדמו"ר שליט"א: און רוב שנים יודיעו חכמה.
ווי שוין גערעט, איז יעדן פלאץ וואס ס'איז נאר פאראן א ספק אז מ'קען עפעס געפינען דארטן, זאל זיין ספק לקולא, און אויב ס'וועט ניט שאטן די אנדערע פלעצער זאל מען דארטן זיין.
באמת וואלט איך געוואלט איבערשיקן א גרוס אונזער עולם דארטן, אבער כ'ווייס ניט ווי זיי וועלן קוקן אויף דעם, ווייל די נסיעה איז צוליב ספרים, איז אויב מ'וועט טאן וועגן אידישקייט ווייס איך ניט ווי זיי וועלן קוקן אויף דעם. וועט איר דארט מחליט זיין בכל מקום כפי המתאים, ווי ס'וועט בא אייך אויסקומען, אויב ס'זאל זיין בפומבי צי ניט.
ס'וועט זיין יגעת כדבעי וועט זיין ומצאת כדבעי, און ס'זאל זיין בהצלחה רבה ומופלגה.
איך זאג אייך ניט קיין דיינק, ווייל דער גרעסטער דיינק איז פון די ספרים אליין4.
בערב אחר מעריב נתן לכ"א דף מהמאמר5 ואמר:
היינט איז דאך דער יארצייט פון דעם רמב"ם, און די וואך כ"ד טבת, דער יארצייט פון אלטן רבי'ן, וועלן זיי ביידע ארבעטן צוזאמען מיט אייך6.
אמר שלמה: און דער רבי צוזאמען מיט זיי7.
כ'האב געוואלט8 איבער שיקען א גרוס צו אונזערע דארטן, אבער זאל מען זיי זאגן אז ס'האט ניט קיין שייכות צו זיי, אבער ס'קען שאטן9.
שאל שלמה: אם לומר להם כן אז עס קען שאטן10.
מ'דארף זיי זאגן אז אזיי האט מען געזאגט. האסט דאך געזאגט אז אזוי האט איבערגעגעבן דער מומחה11.
נתן עוד צדקה לחלק שם ואמר הצלחה רבה בשורות טובות.
כשנתן המאמר, נתן לכל אחד דף, ואמר:
וועט יעדערער דארפן אנקומען צום צווייטן, וועט דאס זיין כגוף אחד12.
אחרי שנכנסנו למכונית נתקבלו עוד טפסים מהמאמר ונמסרו לנו, וכ"ק אדמו"ר שליט"א שאל אם כבר נסענו ואם נסעו ללוותינו13.
ביום ועש"ק לפני הדלקת הנרות14, נתן לשלמה ולי כמה ניקול'ס לצדקה15.
בש"ק בהתוועדות - אחר השיחה בענין זה, אמר לשלמה ולי לאמר לחיים על כוס מלא.
ביום א' בוקר, כשנגשנו לחלוקת דולרים, נתן לכ"א מאתנו דולר נוסף, ואמר: לתוספת זריזות.
שאל: וואו איז דער דריטער16, ענינו שיבא למנחה. ואמר: כ'פאר דאך אויפן אוהל, מסתמא וועט ער קומען פאר דעם17.
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Id
- rh-1zdahwrt
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.