שמחת תורה תרפ"ה
81
אַז שמחת תורה וואָלט געווען אַלע טאָג, און איין טאָג אין יאָר חול, וואָלט געווען גוט, אָבער אַז שמח"ת איז איין טאָג, און י"ט כסלו איז איין טאָג, און פורים איין טאָג, איז דאָס ניט מספיק. נאָר מען דאַרף דאָך אַז עס זאָל יע מספיק זיין, דאַרף מען זען אַז דאָס אַלץ וואָס מען האָט גערעדט זאָל זיך דערהערן אין אַ פנימיות, און עס זאָל פועל'ן אויף אַ גאַנץ יאָר.
יא. השי"ת יתן לכאו"א השפעה מרובה אין גשמיות וועט ער דינגען אַ מלמד לערנען מיט דעם אינגל חאָטש אין דער טיר וכו' ער וועט קריגן ווייל ער וויל מיט אַ אמת. ער וועט געבן אַ רובל אויף משקה — משקה נעמט דאָך אַראָפּ עכרוריתנג.
יב. החסיד ר' חיים דובער מקרעמענטשוגנד הי' משכיל נפלא, און ער האָט געהאַט אַ גרויסע קאָפּ, די הפלאה זיינע איז געווען גרויס והי' עמקן גדול.
דער שווערנה האָט מיר דערציילטנו: פעם בא ר' חיים דובער לקישינוב לקנות יין, איז ער פאַרפאָרן צום סוחר, והסוחר לא הי' בביתו. האָט ער זיך פאַרטראַכט אין אַ ענין.
לאח"ז בא הסוחר, ושאלו: וואָס מאַכט ר' חיים דובער? ולא השיב לו מאומה. הסוחר לא הבין מה זאת מפני שלא הי' לו חוש בהעמקה, ולא הבין בזה מאומה. ואחר עבור זמן מה, שאל ממנו עוד הפעם ויענהו (רח"ד) כהוגן. ושאל רח"ד את הסוחר: וואָס הערט זיך אין קישינוב? ואח"כ שאל ממנו איפה המים והראה לו. ושאל רח"ד בתמי': מה נשתנה הסדר (מפני שאצלו בביתו הי' עמידת המים בצד אחר)? והוא, מפני גודל ההעמקה שכח שאינו נמצא בביתו, וידמה שנשתנה הדבר.
ואמר כ"ק אדמו"ר: כשהייתי צעיר, שמעתי שבקרעמענטשוג יש משכיל גדול שאינו יכול להתפלל בלא צארשקע משקה, לקח משלו, או לפעמים אסף וקיבץ מעות על זה. אָט ווי עס איז געווען באַ זיי די שפראַכע, די קרעמענטשוקער אויסשפראכע די איידעלע שפּראַכע וואָס עיקם הכתוב, און די פרנסה איז געווען וואָס ער איז דאָך גלייך געוואָרן שיכור האָט ער שוין געלערנט אַ פרק משניות ופרק תניא און דאָס האָט גע'פועל'ט אויף דעם אַנדערן אויך.
יג. אַ איד דאַרף זען פּועל'ן אויף דעם אַנדערן אויך.
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- תר"פ-תרפ"ז
- Id
- rh-exywxdm9
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.