English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

305 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1ס'איז דאך כרגיל בכל שנה י' ת' כסלו, אז מ'איז מסיים א שס און מחלק א שס אויף לשנה הבאה פון י' ת' כסלו זה, עד י' ת' כסלו הבאה עלינו ו הכל ישראל לטובה, אפילו אז באמצע קומט משיח, איז דאך דער ענין פון 'לימוד התורה' דעמאלט אויך,

2און ניט נאר אויך נאר אדרבא ”ביתר שאת וביתר עוז”, ווי אפגע'פסק'נט אין רמב אז ווען משיח וועט קומען וועט זיין מערער מנוחה, און ס'וועט ניט זיין די אלע ענינים המבלבלים, וועט מען לערנען תורה נאך מערער, ושלא בערך ווי 'בזמן הגלות',

3בפרט נאך ווי דער אלטער רבי אין אגרת הקודש שלו הידוע, וואס דערנאך האבן דאך מוסיף געווען די אגרות צום ספר התניא, על ידי ”בני הגאון המחבר”,

4וואס די לעצטע אגרת, ווי אויסגעשטעלט אין די הוצאות הכי אחרונות, איז רעדט זיך דארטן אז מ'זאל מחלק זיין השס אין יעדער שטאט, און מ'איז פרטים דארטן על פי דער גורל, און מצרף זיין איין ענין צו א צווייטן וכו אזוי אז מ'זאל אים מסיים זיין ”בכל שנה ושנה”.

5וואס דערפאר איז דאך אויך געווען דער מנהג פון מסיים זיין א שעת סיום טס כסלו, אז משך זמן איז געווען מצד הסיבה וואס מ'האט דאס איבערגעטראגן אויף כ'ד טבת, און דערנאך אויך מצד הסיבה האט מען דאס צוריק מחזיר געווען ליישנה, וכנהוג אין די שנים האחרונות במדינה זו,

6אז מ'איז מסיים א שעת סיום טס כסלו, און אויך דערנאך גלייך תא מסמיר די התחלה לסופה, די התחלת הש"ס פון מסכתא ברכות.

7וואס סיום הש"ס קען דאך זיין בכמה אופנים, און ס'איז דאך ”אין דיעותיהן שוות”, און מ'ווייס אז ”שבעים פנים לתורה” בא יעדערן,

8על אחת כמה וכמה וואס בא יעדערן פון אין דעות אין שוות האט יעדערער פון זיי אויך דעם ענין וכלל פון ”שבעים פנים לתורה” איז דאך קדימה לזה עצמה אין א ענין וואס דאס איז פארבונדן אזא מין סיום וואס איז פארבונדן אויך מיט א ווארט אין דעם סיום פארבונדן מיטן בעל הגאולה פון דעם אלטן רבי'ן,

9ולכל לראש צו מפרשי השס, וואס ס'איז דאך כרגיל בישראל און אין ”מנהג ישראל” וואס ”מנהג ישראל תורה” הוא אפילו אין אן ענין וואס איז לכאורה ניט קיין דבר חשוב, מערניט ווי א קריאה שוין בראשי תיבות, אבער אין ”איתנו יודע עד מה”,

10וויבאלד אז אזוי פירט מען זיך בכל תפוצות ישראל, טאר מען דאס ניט משנה זיין, אפילו ווען דאס איז א מנהג פון נשים זקנות בישראל, כידוע די תשובות הרשב א בזה, על אחת כמה וכמה אז דאס איז אנגענומען בא לומדו השס, און דאס אז מ'רעדט וועגן לימוד השס זאגט מען אויף דערויף גפס ג' פ'ט,

11וואס דער פירוש בזה איז דאס א ראשי-תיבות גמרא און פירוש רש י און תוספות.

12וואס ס'איז דאך דא רש י און תוספות אויך אין סיום השס, איז בשעת ס'רעדט זיך וועגן סיום השעת, איז לכל לראש וקדימה דער ענין פארבונדן מיט דער גמרא, דערנאך פארבונדן מיט פירוש רשי, דערנאך פארבונדן מיט פירוש התוספות.

13בשעת מ'פארבינדט דאס אויך מיט י'ט'כסלו, פארבונדן אויך וואס מ'זוכט און מ'געפינט בא דעם בעל הגאולה, וואס ער זאגט בנוגע צו ”מאמר חזל אין” סיום השעת.

14וואס דער סיום השעשי איז תנו דבי אליהו, אז כל ”השונה הלכות” ב”כל יום, מובטח לו שהוא בן עולם הבא, שנאמר הליכות עולם לו, אל תקרי הליכות אלא הלכות” וואס דאס איז דער סיום אין גמרא,

15אויף דערויף שטעלט זיך רשי' נע מסיים, הלכות איז דאס ”משנה וברייתות, הלכה למשה מסיני” אויף דערויף שטעלט זיך אויך תוספות און זאגט, אז ס'איז דא ספרים וואס דער סיום איז אין זיי ניטא ספרים וואס התקות פון שס בזמן התוספות,

16וואס אין זיי האט זיך געענדיקט די מסכתא אן דעם סיום פון תנו דבי אליהו אבער בפירוש רש י איז דא דער סיום, און אויך רבינו תם, וואס ער איז דאך געווען פון דער ראשי פון בעלי התוספות, יגיע כהן בספרו.

17און וואס איז דא די שייכות און דער ביאור, פארוואס איז דא ספרים וואס ס'איז ניטא?

18איז דאך א סימן אז לכאורה האט דאס ניט קיין שייכות צו דער מסכתא, אף על פי וואס די שייכות איז, פריער רעדט ער אויך וועגן עניני הלכות פון יד אלף יום און מיט נאך כמה הלכות וכו ”הלכה למשה מסיני” 'כדי לסיים בדבר טוב'.

19און איז ממשיך, הכהן מצינו אויך אין פרקי נומדין אין ברכות, וואס דארטן זאגט מען, אז נביאים הראשונים האבן מסיים געווען דעם ספר פון זייער נבואה מיט אן ענין וואס לכאורה האט דאס ניט קיין ”שייכות כדי לסיים” ”בדברי שבח ותנחומי”,

20וואס עד כאן איז דברי התוספת.

21וואס אין דערויף איז דאך דא די כמה דיוקים, און אויך אויף להוצאי מדעת הטועים, וויבאלד אז ס'איז קורץ די צייט וועט מען ניט מאריך זיין אין די קשיות, נאר גלייך באווארענען אז מ'זאל קיין טעות ניט האבן.

22ס'איז דא אזוינע וואס האבן געוואלט אמאל לערנען אל תקרי אלא אז אין דעם אופן נאר אלא אין אן אנדער אופן, בדוגמא ווי דא ”אל תקרי ההליכות אלא הלכות” אז דאס איז עוקר דעם פירוש הראשון, אל תקרי ההליכות אלו לו, נאר אלא מערניט ווי דער לשון ווי דער צווייטער לשון הלכות,

23און געבראכט אויף דערויף די ראי' ווי דער כלל אין שעת איז, אז בשעת מ'זאגט דעם לשון אלא איז דאס עוקר דעם פירוש לפני זה.

24בשעת מ'פארענטפערט סתם את ארץ קען בלייבן בקיומה אויך די סברא הראשונה, בשעת מ'זאגט אבער אלא איז דאס עוקר די פריערדיקע סברא.

25וואס דערביי ווערט דאך אבער גלייך די שאלה וקושיא הידועה ס'איז דא א צענדליקער פעמים, אל תקרי, כך נאר אין א תקרי באופן אחר אין שעס ומדרשים, און ניט נאר צענדליקער, נאר א סך מער ווי הונדערט, ווי שוין געבראכט אין די ספרים וואס זיי זיינען מבטחות פון מאמרי חז ל.

26בשעת ס'איז דא דער כלל, אז ”אין מקרא יוצא מידי פשוטו” וויבאלד אז פשטות המקרא שטייט הליכות, און מ'האט א כלל ”אין מקרא יוצא מידי פשוטו” קען מען דאך ניט זאגן אז אלא הלכות איז עוקר פשוטו של מקרא.

27מ'קען ניט זאגן, אז דער כלל ”אין מקרא יוצא מידי פשוטו” איז ווי ס'איז דא נאך כללים בתורה, אז כלל און אף על פי כן איז דא יוצא מן הכלל, נאר 'תורה על הרוב תדבר', ווארום די גמרא זאגט אין יבמות,

28אז בשעת מ'זאגט אז יקרא שנחלתו אחיו על שם המת, זאגט אויף דערויף די גמרא, אז ניט מ'דארף אים רופן בשם המת בשמו כפשוטו, נאר ס'האט אין זיך אן אנדער תוכן פרעגט אויף דערויף די גמרא, היתכן ”אין מקרא יוצא מידי פשוטו”,

29און די גמרא ענטפערט ניט אז דאס איז א כליל ס'איז דא א כלל און ס'איז דא א יוצא מן הכלל די גמרא ענטפערט אויף דערויף, אז דא איז דא א 'גזירה שוה' וואס אפכא מפשוטו, אבער לולי הגזירה שוה איז דאס א כלל וואס אין דערויף איז ניטא קיין יוצא מן הכלל,

30סיידן ס'איז דא א ”גזירה שוה” אדער כיוצא בזה, וואס זי ברענגט מכריח צו זאגן, אז אין דעם פאל איז ”יוצא מידי פשוטו” לגמרי.

31נאר וואס איז דער פשט פון אל תקרי אלא אז דאס איז א נוסף אף פשוטו של מקרא.

32וואס דאס איז פארשטאנדיק די פשטות פון יבמות, ס'איז דאך אבער דא אזעלכע וואס תואנהם מבקשים הויבט מען זיך אן מפלפל זיין איז דא דער שלא.

33וואס שלא איז געווען א פוסק, סיי אין נגלה, נוסף אויף זיינע ענינים ”אין זזה תורה”, אין 'פנימיות התורה'.

34ווי אראפגעבראכט כמה פסקים פון שלא אין מגן אברהם וכיוצא בזה, א פסק להלכה למעשה.

35און שלא האט אויסגעשריבן כללים אין לימוד פון תורה שבעל פה, און שרייבט בפירוש בנוגע צו אל תקרי אלא אז דאס איז ניט עוקר הפשט, און אז מ'דארף אויף דערויף אויך האבן א הוכחה פון פסוק וואס דאס זאל מכריח זיין אלס צו זאגן אפילו אין דעם אופן אל תקרי.

36ווי ער ברענגט דאס אויפן דרש ”אל תקרי בנייך אלא בינעיך”, אז מ'לערנט דאס אפ דערפון וואס ס'שטייט ניט ורב שלום מן נאר מ'חזר'ט איבער נאכאמאל ”כל בניך לימודי הוי'” און ניט ורב שלומם, נאר ורב שלום בניך איז דערפון פארשטאנדיק, אז ס'שטייט א צווייטן מאל, אז דאס מיינט מען בונין של עולם, תלמידי-חכמים.

37על דרך זה איז אויך פארשטאנדיק, ”אל תקרי הליכות אלא הלכות” וויבאלד אז ”אין מקרא יוצא מידי פשוטו”,

38אז ניט דער פשט איז, אז אין דערויף איז ניטא די ”הליכות עולם”, נאר אין דערויף איז דא נוסף אויף ”הליכות עולם” איז אויך דא דער ענין פון הלכות, וואס דאס איז ניט נאר א חילוק אין דעם ווארט הליכות אדער הלכות ס'איז אויך א חילוק וואס מ'מיינט דער עולם וואס שטייט נאך דערויף.

39בשעת ס'שטייט ”הליכות עולם לו” אדער ס'שטייט ”הלכות עולם לו”.

40בשעת ס'שטייט ”הליכות עולם לו” איז אט דעמאלט קומט דאס בהמשך צו די פסוקים שלפני זה, וואס דארטן שטייט ”עמד וימודד ארץ” און התפוצצו הררי יד און גבית עולם אלץ ענינים וואס זיי זיינען מכריח ”הליכות עולם לו”, אז דאס מיינט מען אויף 'עולם הזה' כפשוטו.

41בשעת די ברייתא טייטשט אפ תקרי ההליכות אלא הלכות איז די ברייתא אליין מקדים, אז דאס איז פארבונדן דערמיט אז עולם איז דער טייטש עולם הבא.

42במילא איז דאס דער אל תקרי אין ביידע ענינים, סיי אין דעם ווארט הליכות סיי אין דעם ווארט עולם נאר דא ווערט אויך א שינוי אין נקודות, איז דאס די גמרא מדגיש, משא' כן מ'קען ניט זאגן אל תקרי ”עולם הזה אל העולם הבא אין” פסוק שטייט ניט דער ווארט הזה ניט דער ווארט הבא.

43נאר דאס ווערט פארשטאנדיק צי ס'שטייט הליכות קומט דאס בהמשך להקודם לזה, אדער הלכות קומט דאס בהמשך צו דעם ענין פון הלכות.

44וואס איז דערפון אן ענין יעדער ענין אין תורה איז דאך אן ענין של הוראה.

45וכמדובר כמה פעמים, אז אפילו ענינים וואס זיינען לכאורה מערניט ווי פירוש הכתובים, איז דאס אויך א הוראה, עאכו"כ אז דא איז דאס ניט נאר א פירוש אין כתובים דאס איז א הלכה,

46התנוי דבי אליהו אז א איד זאל זיך משתדק זיין און ער זאל זיין 'שונה הלכות בכל יום', וואס דערפאר האט מען א שכר מיוחד, וואס דער שכר מיוחד איז אז ”מובטח לו שהוא בן עולם הבא”, אפילו אויב אזוי וואלט געקענט זיין א ספק, מצד הנהגתו ופעולתו, מצד איזה סיבה שתהי',

47אויב אבער ער האט דעם ענין וואס ער איז ”שונה הלכות בכל יום”, האט ער די הבטחה, מ'קוקט ניט אט וואס מיט אים ס'זאל ניט זיין, ווי ער זאל זיך ניט אויפפירן איז א זיכערע זאך, אז ער קומט אין עולם הבא.

48ידוע א קשיא בזה, וואס דארף מען דערצו אנקומען צו 'שונה הלכות בכל יום' ס'איז דאך א משנה מפורשת, און טער בדבר משנה איז גאר קיין טעות ניט, אז ”כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא”.

49ניט נאר דוקא שיינע הלכות, מ'איז מערניט ווי מ'איז געציילטע דריי-פיר מענטשן.

50איז דאך ידוע בזה דער חילוק, אז אין חזל איז יעדער ענין בדיוק, אז דארט איז דער לשון אז יש לו חלק בעולם הבא, און דא איז דער לשון אז ”מובטח לו שוב בן עולם הבא”.

51און דער חילוק איז אויך פארשטאנדיק בפשטות, אז מ'זאגט אז א מענטש האט א חלק אין אן ענין קען צווישן אים מיטן חלק זיין א ריחוק שלא-בערע.

52ער קען זיין אן אדם פשוט בתכלית, און ער זאל יישר'ען א ”בית מלא ספרים” און דאס ווערט זיין חלק און זיין ענין און זיין רכוש און זיינע נכסים, כאטש אפילו ער איז אן איש פשוט בתכלית, ולא ידע מעדה קמר.

53בשעת מ'זאגט ”בן עולם הבא” איז דאס בדוגמא ווי מ'זאגט בן חורין, אדער מ'זאגט אז א איד איז א בן תורה, איז דער פשט אין דערויף איז, אז ער איז אין דעם איכות און אין דעם מהות פון דעם עולם הבא.

54ס'איז ניט נאר ער האט דארט א חלק, און ער קען אינגאנצן ניט פארשטיין וואס דאס איז, און וואס פאר א הנאה ער האט און וואס פאר אן עוניק ער האט נאר איז מובטח לו אז וואס איז ער?

55ניט נאר חלק לעולם-הבא ביידע זאכן.

56ערשטנס איז ער מובטח, און אויף וואס איז ער מובטח?

57אז ער איז אן עולם-הבא איד.

58בשעת מ'זאגט, אז אין די זעלבע ווערטער פון ”הליכות עולם לו” ווי פשוטו של מקרא, וואס ”אין מקרא יוצא מידי פשוטו” שטייט אויך דער צווייטער ענין, התקרי ”הלכות הליכות” אלא ”הלכות, הלכות עולם” פון עולם הבא,

59איז פארשטאנדיק אז דאס איז קשור זה בזה, ווי דערמאנט אויך פריער די ראי' אויך פון הלכה, אז מ'פסק'נט אפ אז שביר טבע ונז דארף זיין ביחד, אז ניט איז דאס ניט שעטנז, ווארום די אלע דריי זאכן שטייען אין דעם זעלבן ווארט.

60על דרך זה פארשטאנדיק, וויבאלד אז ביידע ענינים, ”הליכות עולם” הזה און ”הלכות עולם” הבא, שטייען אין די זעלבע ווערטער איז א סימן אז זיי זיינען תלוי זה בזה און פארבונדן זה בזה.

61וואס איז דער קשר שביניהם?

62איז דאס מובן וואס די גמרא זאגט אין יבמות, אז ”כל האומר אין לי אלא תורה” איז ”אפילו תורה אין לו”.

63זיינען מפרש, ר' חננל גאון ראשונים ואחרונים, ובארוכה, אז מ'מיינט דאס ”אלא תורה וגמילות חסדים”.

64בשעת ער איז מערניט ווי 'שונה הלכות', וויל גארנישט ניט טאן אין וועלט, וויל גארנישט ניט טאן אין גמילות חסדים, וואס דאס איז כולל כל המצוות כולם, כדי צו טאן אין גמילות חסדים, דארף ער האבן איימעצן וואס דארף אנקומען צו גמילות חסד שלו, אז ניט קען ער ניט טאן קיין גמילות חסדים.

65ווי ער זאגט אין מדרש, חסד ואמת מניין צורוהו אז דוד האט געבעטן בא דעם אויבערשטן ס'זאל ניט זיין קיין עניים ועשירים, סיי ווי סיי איז דאך דער אויבערשטער זאנו מפרנס, נאר וואס דען?

66איינעם גיט ער אים מידו ”המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה” דעם עני גיט ער דאס על ידי העשיר, האט אים דער אויבערשטער געענטפערט, אויב ס'וועט ניט זיין קיין עניים ועשירים איז חסד ואמת מנין צורוהו ווי אזוי וועט דעמאלט זיין דער קיום פון דעם ענין פון חסד ואמת?

67און צוליב דערויף האט מען משנה געווען וואס לכאורה טוב וישר הוי איינער באקומט פון דעם אויבערשטן דירעט באופן ישר, און דער צווייטער טענה"ט, דער עני טענה"ט, היתכן פארוואס ער וועט דערפער אנקומען ”לידי מתנת בשר ודם” ער וויל אויך האבן מידו ”המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה” אין אן אופן גלוי לא נבזה.

68זאגט אויף דערויף די גמרא, אז 'שונה הלכות בכל יום', און ער האט גארנישט ניט צוטאן מיט עולם מיט ”הליכות עולם” ער זאל אויפטאן אין וועלט אין די ”הליכות עולם” וואס מען העולם האט געשריען, טונוסרופות, היתכן?!

69וויבאלד דער אויבערשטער האט אים באשאפן אלס אן עני, האט ער געהאט א טענה צו ר' עקיבן וואס מישט ער זיך אין ”הליכות עולם”, אז דער איז אן עשיר און דער איז אן עני האט דער אויבערשטער אזוי באשאפן מישט זיך ניט אין דעם!

70בשעת אבער א איד וויל האבן די שיינע ”הלכות מובטח להושב בן עולם הבא” איז דאס פארבונדן וואס פריער איז דא פשוטים של כתובים, פריער איז דער סדר על פי התורה, אז פריער לערנט מען תורה שבכתב, דערנאך לערנט מען תורה בפירושה ניתנה, ווי די הקדמת הרמב"ם לספרו 'יד החזקה' דעם פירוש פון דעם פסוק,

71ביז וואנענט אז ס'איז גאר דא א חילוק אין גיל, אז ס'איז דא כמה שנים אז מ'לערניט ווי תורה-שבכתב, און ערשט דערנאך קומט ער ללימוד המשנה וללימוד הברייתא, כולל אויך די ברייתא פון תנא דבי אליהו, און דערוויסט זיך, אז ”אל תקרי ההליכות אלא הלכות” ”שאין הלכות בכל יום, מובטח לו” שוב אין עולם הבא.

72וואס דערפאר איז דאך אויך די הקדמה ויאב ”פרוטה לעני והדר מצלי” פריער הויבט ער אן מיט גמילות חסדים, דערנאך איז דא פון מצלי פונקט ער דערנאך ”מבית הכנסת לבית” המדרש און ער ווערט א שיינע הלכות,

73אבער לכל לראש איז ”עולם חסד יבנה” ביז וואנענט אז אין תורה אליין זאגט די גמרא אין סוטה, אז תחילתה גמילות חסדים און ספר תחיד גמילות חסדים.

74וואס דאס איז דער אפלערנען און דער סיום אין גמרא עצמה, אז פריער ברענגט מען אראפ דעם פסוק ”הליכות עולם לו”, און דערנאך זאגט מען ערשט נאכדעם, וכפירוש האמור,

75אז ניט מ'זאגט חס ושלום אז ס'ווערט בטל די בעה'שקייט פון א אידן אין וועלט, א איד דארף וויסן זיין אז ער איז באשאפן געווארן כדי צו מאכן פון דער וועלט אז זי זאל זיין אזא מין וועלט ווי דער אויבערשטער וויל,

76ולכל לראש דורך ”גמילות חסדים, וואס גמילות חסדים”, בשעת אברהם אבינו האט ניט געהאט קיין צווייטן וועמעט צו געבן צו דקה, האט ער ניט געקענט מקיים זיין די מצוה, ביז וואנענט אז ער איז געווען בצער גדול, און דער אויבערשטער האט געמאכט כמה ענינים כדי אברהם אבינו זאל קענען מקיים זיין גמילות חסדים וכו כסיפור בתורה,

77מעשה ראה. דערנאך זאגט מען, אין תורה גופא איז אויך דא דער ענין ווי תורה איז בפני עצמה, און ווי תורה איז פארבונדן מיט וועלט.

78וכמדובר כמה פעמים ”אסתכל באורייתא וברא עלמא”, וויבאלד אז מ'זאגט אז ס'איז דא דער ענין פון ”הליכות עולם” וואס א איד דארף אויפטאן אין וועלט, און ”הלכות עולם” וואס א איד דארף אויפטאן אין תורה ווי אזוי קען זיין די ביידע מציאות'ן בשעת ביידע מציאות זיינען דא אין תורה עצמה.

79וואס זיינען די ביידע מציאות אין תורה עצמה?

80ס'איז דא אין תורה ווי זי איז ניט פארבונדן מיט הלכות, ער איז שקלא וטריא בתורה, חריף און ”עוקר הרים” זה בזה ”וטוחנן זה בזה”, ס'איז אבער ניט נוגע למעשה בפועל, ניט נוגע צו הלכה,

81און אף על פי כן מוז ער מאכן א ברכת התורה, אני טאר ער דאס ניט לערנען, און זאגט אויף דערויף ”בחר בנו מכל העמים” ”ותלמוד תורה כנגד כולם” שטייט ניט ותלמוד הלכות, נאר ”ותלמוד תורה כנגד כולם” וואס פאר א חלק אין תורה ער זאל ניט לערנען, צי דאס איז א גדר, צי דאס איז א הלכה,

82צי דאס איז א חוס לויטן תמנה, אדער ”אנכי הוי' אלקיך” ווי די גמרא ברענגט אראפ אין סנהדרין און דער רמב ם בהלכות שלו דארף ער מאכן ”בחר בנו מכל העמים ונתן לנו את תורתו”.

83דערנאך איז דא ווי תורה ווערט פארבונדן מיט ל”אסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא” מיט א ענין פון הלכה בפועל.

84וואס דא איז אויך די ברייתא מדייק, ניט ”כל השנה תורה” בכל יום, נאר ”השני הלכות בכל יום”.

85וואס דאס איז דער סיום וואס דער אלטער רבי ברענגט אויף דעם ענין, וואס דער תוספת אין סיום השס ברענגט אויך אראפ, אז ס'איז אויך דא אין מסכתא מגילה, וואס דארטן שטייט אויך דער ”תנא דבי אליהו כל השני הלכות” בכל יום, וואס דאס פארבינדט תוספת מיטן סיום אין מסכתא נידע,

86וואס אויף די גמרא ווי די ברייתא שטייט אין מגילה שטעלט זיך דער אלטער רבי אין אגרת הקודש שלו, שטעלט זיך אויך אויפן דיוק פארוואס עפעס ”דוקא שאינה הלכות”, ניט סתם אן ענין אין תורה, און זאגט אז בהקדמה לזה שטייט אין וואס איז הלכה אויסגעטיילט פון שאר חלקי התורה?

87אזוי ווי די משנה זאגט און די ”השתמש בתגי חלף”, דער וואס איז מסתמות בכתר של תורה איז חלף קומט ער דערפאר אן עונש איז וועס איז דער כתרו של תורה דער טאג שבתורה איז דאס הלכות שבתורה, און ברענגט גלייך אויף דערויף אראפ ”תנו דבי אליהו כל השני הלכות” בכל יום.

88און איז מסביר, פארוואס איז דאס דוקא הלכות?

89מיט דעם ביאור האמור. אז מ'קען לערנען תורה כל זמן מ'האט ניט תורה שבעל פה, און אין תורה שבעל פה די הלכה איז דאס ניט שייך צו מעשה המצוות, ווארום ער ווייס ניט ווי די מצוה מקיים זיין.

90און ברענגט בלייך די דוגמא פון תפילין און ”הוקשה כל התורה כולה לתפילין” אז בשעת ער לערנט אין תורה די מצות תפילין ווייס ער ניט קיין פרט ניט אין תפילין!

91ניט וואו מ'דארף זיי לייגן, ניט ווי אזוי מ'דארף זיי מאכן, וואס אין תפילין איז דא א ריבוי פון ”הלכה למשה מסיני” ווי אזוי קען מען צוקומען, אז תורה זאל אויפטאן אין ”הליכות עולם” אין וועלט?

92איז דאס דורך דערויף וואס אין תורה קומט ער צו צו הלכה שבתורה, מעשה לפועל, אט דעמאלט ווערט דאס אין תורה גופא כתרו של תורה.

93און איז מסביר, פארוואס ווערט דאס אנגערופן כתרו של תורה ס'איז דאך א נאמען על פי ”תורת אמת”?

94ווארום פונקט אזוי ווי כתר איז פארבונדן על פי קבלה וחסידות מיטן ענין הרצון, וואס רצון הקב"ה בשעת חכמתו של הקב"ה, און ער לערנט תורה, אפילו אז ער האט ניט לאסוכי ”שמעתתא אליבא דהלכתא” לערנט ער חכמתו של הקב"ה,

95און ס'ווערט ”יחוד נפלא” בלשון הרמב בם הוא עמדה, הוא הידוע, און הוא הידוע, ער מיט תורה ווערט איין זאך, ישראל אורייתא וקוב בריך הוא 'כולא חד'.

96בשעת אבער ער זאל ממלא זיין רצון ה וואס דער רצון ה איז דאך ”לא לתוהו בראה אלא לשבת יצרה”, אם ”לבן גרתי תרייג מצוות שמרתי” כדי דאס זאל אויפגעטאן ווערן דארף מען האבן תר' י' ג' מצוות ציוויים,

97כדי צו וויסן ווי אזוי צו מקיים זיין דעם סיווי דארף מען האבן דעם רצון השם.

98פונקט אזוי ווי דער חילוק פון כתר און שכל שבראש איז א שכל שבראש איז פארבונדן מיט 'הבנה והשגה' כתר איז עצם ענין הכתר אז דאס איז מחוץ לראש האדם, נאר וואס דען?

99דאס איז ממעלה לראשו. אזוי איז אויך, בשעת ער לערנט תורה, מוז דאס זיין בשכל שבראש.

100אויב ער לערנט תורה, 'ולא ידע מעדה, כאמור', אין תורה שבעל פה, אין ”הלכה למשה מסיני” אדער משנה וברייתית, טאר ער ניט מאכן קיין מיט ברכת התורה, ווי דער דין אין שולחן ערוך.

101מ ון כן בער ין יום מ וו יז ער יפ ך מזה,‰ פילו ב ע ס ומט ו ך מ ו ך מ ו ל,‰ פילו ב ע ס ומט ו ך מ וו ס בל ו ך וויל ער ט ן מ ט טבע נפ לי,‰ ז ט מען ין ברכ מ ו ב ערפ ך פ רוו ס יט ער מ יים ימ ו?‰ ערפ רוו ס סונו!

102זוי ווי ער ויבער טער ט נ עז ט, יז ס וו ס ער יז מכב ב ב וב, איז דאך דאס א מצוה שכרית, אבער פארוואס איז ער מכביד 'אב ואם'?

103דערפאר וואס אשר קדשנו במצוותיו וצונו, ועל דרך זה אין אפילו אין די מצוות וואס א ברכת המצוות מאכט מען ניט מצד עזר סיבה שתהי איז דאך זיי זיינען דאך אויך אין כלל כל המצוות כולם, וואס כל המצוות כולם ווערן אנגערופן בשם מצוה דאס איז א ציווי של הקב"ה.

104לייגט זיך אין שכל איז גוט, לייגט זיך ניט אין שכל איז אויך ”נעשה קודם לנשמע”.

105וואס דאס איז בדוגמא פון א כתר וואס איז טאקע על הראש, ער איז אבער ניט בוראש.

106בוראש געפינט זיך דער שכל 'והבנה והשגה', מ'דארף אבער האבן ”תגה כיתרה של תורה”, וואס דאס האט מען דעמאלט ווען ער איז מקיים א מצוה, לאסוקי שמעשתא ”אליבא דהלכתא אין” דערויף איז אויך דא ”כל העסק בתורת עולה כילה הקריב” עולה ווארום כאמור לעיל, אין תורה דארף אלץ זיין נכלל, ווען איז ער אבער כילה הקריב עולה?

107ניט ווען ער האלט אין דער שקלא וטריא, און ווייס ניט וואס די מסקנא איז, קען ער ניט מקריב זיין קיין עולה אז ער ווייס ניט וואס רך לשמה דארף ער דערביי האבן צי אלע זעקס צי מערניט ווי איינע, מיט אלע פרטים וואס ס'איז דא אין הלכות העולם ואדרבא ער האלט אין מיטן פון ”הוקר הרים וטוחנן זו בזו” טאקע און אין סברת התורה,

108ס'איז אבער ניט דער ענין וואס הקריב עולה ועל דרך ”זה בשאר המצוות”.

109וואס אט דא איז ער דא מדייק דוקא ”כל השני הלכות בכל יום”, ווי דער אלטער רבי איז מסביר און פארשטאנדיק אויך אין פירוש הפשוט אין נגלה דתורה בשעת אין תורה שטייט אין נגלה הלכות איז דאס איין זאך, און ס'ווערט אנגערופן ”תגע כתר תורה”, וואס דאס גופא איז מדגיש אז ס'איז דא תורה און ס'איז דא 'כתר תורה'.

110עלפי ז וואלט זיך דאך אבער אויסגעקומען, אז ווער ווייס וואס איז העכער און וואס איז וויכטיקער וכו' האט דאס ”תורת אמת” ארויסגעגעבן אין דעם נאמען.

111בשעת מ'זאגט אז דאס איז תורה, און דאס איז תורה, צוזאמען דערמיט אויך ”כתר תורה”, אז בשעת ער לערנט הלכה איז מאכט ער אויך ברכת התורה, דערצו קומט אבער אויך צו דער ענין פון 'כתר תורה', וואס מצד דערויף איז שוין פארשטאנדיק אז ד דערנאך קומט מען נאך צו נאכמערער,

112בשעת ער איז מקיים די הלכה ל”אסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא”, מקיים די מצוה דארף ער דערטאן מצד ניט אן ענין וואס ער פארשטייט דאס בשכל שלו, נאר דערפאר וואס אזוי האט אים אנגעזאגט דער אויבערשטער.

113און דערנאך זאגט מען נאכמערער, דער גאנצער ענין יוקר פון דעם מלך, וואס ”מאן מלכי רבנן” איז דאס תלוי על פי דין ”אין כתר המלך”!

114אזוי איז דער דין אין הלכות מלכים, אז מ'טאר זיך ניט משתמש זיין בכתר המלך, און אין וואס איז ניכר דער מלכות?

115אין דערויף וואס בשעת מ'איז זיי מחתיר בכתר המלך.

116ביז וואנענט אז מ'זאגט אז בא מלכות בית דוד איז געווען דער סימן, אז מ'זאל וויסן זיין, צי איז ער דער ריכטיקער ”מלך בית דוד” ועל דרך זה במלך המשיח, אז מלכות בית דוד האמיתיים איז דער כתר איז הולמתם,

117און בשעת דער כתר איז אים ניט העלם איז ניט צוגעפאסט צו אים.

118העלף ניט קיינע ראיות און קיינע הוכחות ניט, וויבאלד אז דער כתר איז ניט צוגעפאסט צו אים איז ער ניט קיין מלך.

119ועד כדי כך, אז בשעת דער רמב ים איז אין הלכות תלמוד תורה, און וויל מפל י זיין די תורה, איז וואס זאגט ער אין פרק שלישי שהוכפל בו כי טוב ווי אזוי הויבט ער אן?

120”ג' כתרים הם” בשעת ער וויל ארויסברענגען די מעלה פון תורה, ווי אזוי וואס דאס איז גרעסער אפילו פון כהונה אמיתית, גרעסער אפילו פון מלכות אמיתית,

121איז 'כתר תורה' איז ער גרעסער פון זיי אלעמען ”בי מלכים ימלוכו”, רופט ער דארט אן תורה אז דאס איז 'כתר תורה'.

122וואס מ'האלט שוין אין רמב"ם, הלכות תלמוד תורה, איז זיכער כאן המקום לא יישוב הטמיה וואס מ'פרעגט, וואס הלכות תלמוד תורה האט דאך דער רמב"ם געדארפט אנהויבן מיט דעם ענין פון 'לימוד התורה', ווי אזוי הויבט דער רמב"ם אן הלכות תלמוד תורה?

123הויבט ער אן דערמיט, אז נשים וקטנים זיינען פטורים מיט תלמוד תורה.

124און ערשט דערנאך ברענגט ער, ווי אזוי איז די וואס זיינען ניט נשים און ניט קטנים וכו זיינען מחוייב בתלמוד תורה.

125וואס דער סדר אין רמב"ם איז אויך בתכלית הדיוק, ביז וואנענט אז מ'לערנט דערפון אן כמה הלכות.

126ווארום אזוינע וואס האבן געשטורעמט דערמיט איז דער רמב"ם האט דאס באווארנט, נאר מצד דערויף וואס די דרוקער האבן ג די קעפלאך, די התחלות פון יעדער הלכה איז דאס ניט א זאך וואס דאס האט צוגעשטעלט דער תלמיד הרמב"ם, אדער דער בחור המעתיק,

127אדער גדול המעתיק וכיוצא בזה נאר דאס איז דער לשון הרמב"ם, ווי פארשטאנדיק מכמה מקומות, ווי מ'זעט דאס אין כצב יד פון 'יד החזקה' וואס ס'איז געבליבן גאנץ כמה גליונות פון כתב יד הרמב בם זעט מען, אז דער רמב בם אליין האט געשריבן אויך די קעפלע, וואס פון די קעפלע הויבט זיך אן די הלכה, וואס איז די קעפלע פון הלכות תלמוד תורה?

128איז ניט אז נשים וקטנים זיינען פטורים די קעפל איז, אז ס'איז דא א מצות עשה לעלמוד תורה!

129און ערשט דערנאך זאגט ער, אז די מצות עשה פון ללמוד תורה הויבט זיך אן די הלכה, ופרטי הלכה, אז די זיינען פטור און די זיינען מחוייב וכו.'

130וואס דאס אלץ א מאמר המוסגר.

131בהנוגע לעניננו, איז אויך כמדובר ווי דעם סיום וואס דער אלטער רבי מאכט אויף שיינע הלכות בכל יום, און אין דערויף מדייק וואס דאס שטייט הלכות פארבינדט דאס ווי שאין דער תוספות פארבינדט דאס מיט דעם מאמר ווי ער ווערט געבראכט אין מגילה, וואס דארטן קומט דאס בהמשך וואס הלכות ווערן אנגערופן תגע,

132'כתר תורה', און וואס דאס איז אויך די מעלה פון דוקא ההלכה, אז וויפל ער זאל זיך ניט מפלפל זיין אין תורה, און מפלפל זיין זיך לאמיתתו, ביז וואנענט אז מ'וועט אים אנרופן אז ער איז ”עוקר הרים וטוחנן זה בזה בסבריו על פי” ”תורת אמת”, על פי כללי התורה,

133ניט חס ושלום כללים וואס ער מאכט אליין אויף, לכבודו, ווארום אזוי איז אים איינגעפאלן, נאר דאס איז כללי התורה, אנהויבנדיק פון די כללים וואס זיי שטייען בפירוש געדרוקט, ווי כאמור לעיל בהנוגע אין שלעה וכיוצא בזה, און די כללים וואס ס'שטייט סיי אין ראשונים לפני השלם סיי אין אחרונים, גדולי ישראל לאחרי השלם.

134איז אף על פי כן, כל זמן ס'קומט ניט צו הלכה, און ער איז 'שוין הלכות בכל יום' איז אט דעמאלט ניטא נאך דער גאנצער ענין.

135ער האט כל הענינים, זיכער א בן עולם הבא און נאך מערער, ”ותלמוד תורה כנגד כולם”, אן דעם דיוק פון הלומד הלכות אבער ס'איז נאך ניטא דער ענין פון ”מובטח לו ישוב בן עולם הבא”.

136און אויף וואס הענגט דאס אפ?

137אז ס'זאל זיין ”הליכות עולם” ער זאל פראווען בעה"ב טישקייט אין 'עולם הזה', דורך דערויף וואס ער נעמט פון אור הבהמה און מאכט דערפון א קלף און מאכט דערפון תפילין,

138און ”הוקשה כל התורה כולה לתפילין” איז בשעת ער ווערט באלעבאס אין עולם ”הזה בכל עניניו, הליכות עולם” איז דאס לו טאקע בתו שלוחו של הקב"ה ווי פשוטו של מקרא איז אט דעמאלט ווערט דערנאך ”הלכות עולם לו” וואס דא איז דאך אויך דער אפטייטש אז דאס גייט אויפן אדם פונקט ווי אין דעם ערשטן פירוש,

139אז דעמאלט ווערט ער א ”בן עולם הבא”, ער איז אן עולם הבא איד.

140דערנאך קומט אויף דערויף רש"י, און איז מוסיף און איז אויך מסיים.

141אין גמרא שטייט דאך סתם הלכות איז רש"י מסיים די מסכתא און דיבר המתחיל הלכות זאגט הלכות אז דאס איז ”משנה וברייתית, הלכה למשה מסיני” וואס דא ווערט א לשון תמוה,

142לכאורה האט רשי אדער געדארפט זאגן אלע דריי ענינים אן א ו' בינתיים, אדער בשעת ער זאגט וברייתית מיט א ו' האט ער דערנאך געדארפט זאגן ו”הלכה למשה מסיני”.

143דערנאך איז ניט פארשטאנדיק, וואס איז דא רשי'ס שווער אין פשוטו של הסוגיא וואס רשי דארף בכלל מפרש זיין וואס איז הלכה?

144הלכה שטייט טויזנטער מאל אין שעס, איידער מ'קומט צו סיום פון מסכתא נידול.

145ווארט וואס איז רגיל בשעת ובמשנה, שטעלט זיך רשי בכל המקומות און איז דאס ניט מפרש, בשעת ס'קומט צו סיום השעת און דארטן ווערט דערמאנט דער ווארט הלכות איז רשי איז מפרש, א פשוטה פון דער סוגיא איז מכריח צו זאגן, אז הלכות איז דאס דער פירוש ”משנה וברייתית הלכה למשה מסיני”

146ווי עס ווייזט אויס איז דאס וואס שטייט ניט ווי ”הלכה למשה מסיני” איז דאס א טעות הדפוס, אע"פ וואס אין די אלע דפוסים וואס איך האב געזוכט האב איך אלץ געפונען אין רש", ”הלכה למשה מסיני” אן א ו', ס'איז אבער אויך אין תוספת הרש על הגליאן, על הסוגיא ברענגט ער אראפ פירוש רשי,

147און דארטן זאגט ער פירוש רשי אז דאס איז ”משנה וברייתית והלכה למשה מסיני”.

148פארוואס דארף רשי דא מפרש זיין דעם ווארט הלכה אף על פי וואס דאס איז א דבר הרגיל, און אפילו פאר א ”בן חמש למקרא”, על אחת כמה וכמה ”בן חמש עשרה לגמרא”,

149דערפאר וואס דא רעדט זיך דאך דער לשון הלכות ווי ער שטייט אין תנו דבי אליהו, וואס תנו דבי אליהו איז דאך א ברייתא, וואס ברייתות זיינען געווען אין זמן המשנה,

150ווערט בא דעם בן גמרא א שאלה וואס מיינט מען דא הלכות?

151אין די זמנים פון תנו דבי אליהו, וואס איז דעמאלט געווען הלכות און וואס איז דעמאלט ניט געווען קיין הלכות?

152אין זמן השס איז קיין שאלה ניט, זמן השס איז געווען הלכות, דערנאך איז דאס די שקלא וטריא שבשס, אין זמן אבער פון תנא דבי אליהו וואס מיינט דא הלכות?

153אט דאס זאגט רשי, אז אפילו אין זמן הלכות ווי ער שטייט אין דעם ארט האט דאס אויך אין זיך לשון רבי, ווארום ס'איז דא ניט נאר אין איין סוג כמה הלכות נאר ס'איז דא כמה סוגים.

154איין סוג איז ווי הלכות שטייען אין משנה, וואס אין משנה איז אויך ניטא קיין שקלא וטריא, מערניט ווי דער פסק דין, מ'ווייס מערניט אז תורה בפירושה ניתנה ווי אזוי איז די משנה געקומען צו דעם פסק דין?

155דורך א שקלא וטריא, ווי די גמרא דערציילט בנוגע צו ר' שמעון בן יוחאי, אז איידער ס'איז געקומען צו דעם ענין פון פארשטיין אן ענין איז געווען צוועלף אדער פיר און צוואנציק קשיות ותירוצים,

156כמדובר אויך די התוועדות שלפני זה.

157דערנאך איז דא דער ענין פון ברייתית וואס דארט איז שוין דא מערער שקלא וטריא ווי ס'איז דא אין דער משנה, אבער אף על פי כן דער 'כללות ענין' המשנה כאטש אפילו אין עטלעכע משנות איז אויך דא שקלא וטריא ובפרט אין סדר טהרות,

158משא' כן אבער אין ברייתא ס'איז דא א סך מערער, אבער הלכות זיינען דא עיקרם איז דאס דא אין דער משנה און אין דער ברייתא, ניט אין 'פלפולא דאורייתא' פון דער משנה מיט דער ברייתא.

159דערנאך זאגט רשי נאך א דריטע זאך, ”הלכה למשה מסיני” וואס דאס איז לאו דוקא שטייט ניט אין א משנה און ניט אין א ברייתא, ווערט דאך לכאורה די שאלה, תנוי דבי אליהו איז דאך געווען בזמן המשנה א ברייתא,

160וואס בשעת אבער מדגיש, וויבאלד אז דאס איז געווען למשה מסיני איז דאך א זיכערע זאך, אז אין דער זמן פון דבי אליהו האט מען געוואוסט ”הלכות למשה מסיני”!

161ס'איז טאקע ניט געווען אזוי באשריבן אדער גע'חזר'ט מיט אזא מין שטורעם ווי מ'האט גע'חזר'ט די משנה וברייתית, וויבאלד אבער אז דאס איז געווען למשה מסיני איז דאס גופא מכריח, אז אין דער זמן פון תנא דבי אליהו איז געווען שוין דער לימוד און קען זיין די שיינע הלכות וויבאלד אז דאס איז למשה מסיני.

162וואס דאס איז וואס רש"א באווארט בפשטות, ווארום דאס איז נוגע אין פשטות הסוגיא.

163מ'דארף דאס אויך באווארענען, און לכאורה פארענטפערט דאס נאך אן ענין, ”על פי הדברים האמורים” האט געדארפט רש'ן זאגן דעם סדר פארקערט, לויט סדר הזמנים, לכל לראש איז שוין געווען למשה מסיני די הלכה, ווארום ס'איז געווען למשה מסיני, דערנאך איז געקומען דער זמן המשנה, און דערנאך איז געקומען דער זמן הברייתא,

164איז אט דא איז רש"י מרמז, אז דאס וואס למשה מסיני גייט דאס אויף אלע דריי זאכן, סיי משנה איז למשה מסיני און סיי ברייתא למשה מסיני און סיי ”הלכה למשה מסיני”.

165וואס איז דא די הדגשה אין דעם ענין אז דאס איז למשה מסיני?

166פארענטפערן דאס די מפרשים אויף דער משנה וואס זאגט אז ”משה קיבל תורה מסיני ומסרה ליהושע” פרעגט מען אויף דערויף כמה דיוקים, אויך דער דיוק וואס איז דא די הדגשה פון משה און וואס איז דא די הדגשה פון סיני?

167און דער קיצור פון כמה ורוב הביאורים בזה איז, אז א הקדמה צו תורה איז, נאר פאר קיבל תורה, איז די הקדמה לזה איז, אז דאס רעדט זיך א מעמד ומצב אז ער שטייט ווי משה.

168וואס איז געווען דער אויפטו פון משה?

169ו”משה היה עניו מכל האדם אשר על פני האדמה” אז ס'קומט צו א צווייטן אידן און אים פאלט איין אז ער דארף אויף אים זאגן א זאך ניט קיין גוטע,

170זאגט מען אים ”משה היה עניו מכל האדם אשר על פני האדמה” אט דעם אידן וואס דו ווילסט אויף אים זאגן א הארבן ווארט זאגט ”תורת אמת”, אז משה האט זיך געהאלטן בעניוות פאר אט דעם אידן.

171און דאס ווערט די הקדמה, ווי אזוי קען זיין ”פתח לבי בתורתך” אז ס'איז דא די הקדמה דער 'ונפשי כעפר' תהי און ניט סתם 'ונפשי כעפר' תהי נאר ”ונפשי כעפר לכל תהי” האט ער אין זיך אט די מציאות, אז בשעת ער זעט א אידן און ער ווייזט זיך אויס אז ער געפינט אין אים א חסרון,

172אדער אפילו ניט אים ווייזט זיך אויס ער האט ראיות מוכחות אז דער איד האט דעם חסרון.

173הויבט אים אן טומלען, היתכן?!

174ס'איז דאך דא א מצות עסן ”הוכח תוכיח את עמיתך” איי ס'שטייט אין שולחן ערוך ”הוכח תוכיח את עמיתך” דארף מען אנהויבן בין אלו אין עצמו, און דערנאך כמה פעמים און אויב דאס העלפט ניט, און מ'איז זיכער אז ס'העלפט ניט ניט די חסרון איז אין זיין ”הוכח תוכיח” נאר אין דעם מקבל אט דעמאלט מעג מען דאס טאן ברבים.

175ביי אים איז דער סדר, אים ווייזט זיך אויס אז א איד האט א חסרון און ס'איז ”הוכח תוכיח” איז ווער קען דאס זיין א גרעסער ”הוכח תוכיח” ווי ער איז?!

176ער איז דאך דער וואס איז דער!

177הויבט ער ניט און ווארט ניט ביז וואנענט ס'וועט זיין ”בני לבין עצמו” און טוט דאס ברבים, און טוט דאס מיט א שטורעם, און מאכט דערפון אז דאס ווערט א הלכה בתורה, אז אזוי איז א הלכה בתורה, אז מ'דארף זאגן רחמנא ליצלן אויף א ציבור פון אידן אט די ווערטער וואס ער זאגט.

178פון וואנענט קומט דאס?

179בשעת ס'וויל האבן פתח רבי בתורתך דעם אויבערשטנ'ס תורה דארף זיין 'ונפשי כעפר' און דאס איז ווייניק, ס'דארף זיין ”כעפר לכל תהי.'”

180וואס דאס איז די הדגשה, ס'דארף זיין למשה.

181משה'ס אויפטו איז געווען, אז ער איז געווען ונכנו מה פאר זיך קיין מציאות ניט, וועמען האט ער דאס געזאגט אידן?

182וואס ער האט זיי געדארפט זאגן מוסר, וואס איז געווען די הקדמה?

183ונכנו מה ער איז גארניט!

184דעמאלט קען ער זאגן מוסר!

185און בשעת ער זאגט דעם מוסר איז משה אמת איז ניטא קיין שינויים!

186ניט דער פשט איז ומשה הי' אנה ווען ער איז געווען אין א מעמד ומצב מסוייב, אדער אין זמנים מסויימים, אדער אין כמה זמנים, וויבאלד אז משה אמת איז אמת האט ניט קיין שינויים!

187ווי ער זאגט אין ירושלמי, אז אמת איז דאס ראש העתיד און ס'באשטייט פון אן אלע וואס ס'איז ראש האותיות, און א ת' וואס ס'איז סוף האותיות, און א מימא וואס דאס איז באמצע האותיות, ווען מ'רעכנט אויך אריין די אותיות מאמצפך, איז אלע דריי צוזאמען, אז ס'ווערט איין ווארט, אן שינויים אט דאס איז דער ענין פון אמת.

188משה איז געווען ענניו איז ער געווען אלעמאל עניו.

189בשעת ער איז געשטאנען פסח אוהל מאיר און ”ויאמד העם על משה” מ'האט זיך אויפגעשטעלט פאר אים אט דעמאלט איז ער געווען דער ”עניו מכל העם האדם אשר על פני האדמה”,

190כלל איז דער וואס האט געווען דער נושא פסל מיחא אזוי שטייט אין רז"ל, דאס קען קיינער ניט משנה זיין, ס'איז א פסוק מפורש,

191חז"ל זאגן, אז צווישן די יוצאים מצרים איז געווען אט דער וואס האט געטראגן דעם פסל מיחא איז אויך דעמאלט געווען בשעת מתן תורה וכו,' און אף על פי כן זאגט מען, איז ”כל האדם אשר על פני האדמו” כולל אויך אט דעם!

192און דאס איז געווען אין אן אופן וואס לא הרחזיק במחלוקת על אחת כמה וכמה ניט אויפגעפייערט קיין נייע מחלוקת'ן עד כדי כך, אז ער איז געגאנגען צו די כדי באווארענען זיי, אפשר וועט ער זיי אפרעדן פון מחלוקת!

193ניט רחמנא ליצלן אויפמאקעווען א מחלוקת און שיקן קליינע קינדער, זיי זאלן שלאגן אנדערע אידישע קינדער, מצד דערויף וואס מ'פלאנצט אין זיי איין אט דעם יחס צו אידישע קינדער.

194וואס ס'איז דאך א זאך וואס אין הענין לפרש בשם און הלוי' ניטא דער גאנצער ענין און מ'דארף ניט מפרש זיין בשם מ'רעדט מערניט, בדוגמא ווי מ'רעדט כמה ענינים וואס לא הי' ולא נברא ס'איז מערניט א באווארענען, טאמער וועט זיין איינער וואס וועט וועלן זיך אזוי אויפפירן אין א יאר ארום אדער אין א וואך ארום אדער אין א טאג ארום איז אט דאס לערנט אונז תורה,

195ווי ער אליין זאגט בתפילתו בכל יום, פאר פתח רבות בתורתך ”ונפשי כעפר לכל תהי.'”

196און און דערנאך, בשעת ער זאגט ברכת התורה, געדענקט ער, אז ”משה קיבל תורה” און דערפאר וואס ער איז געווען דער ”עניו מכל האדם אשר על פני הדמו” ”ונחנו מה”, האט ער געקענט איבערגעבן תורה אן אריינמישן זיינע פניות און זיינע רצונות אין דער תורה!

197ער איז ניט געווען קיין מציאות פאר זיך, און דערפאר איז דאס אויך געווען אין דעם מקום, וואס פאר א מקום האט מען אויסגעקליבן?

198האט מען אויסגעקליבן מסיני.

199זאגן חז"ל, מיט וואס האט דאס סיני זוכה געווען דער מכיך מכל טורייה א מענטש וואס ער איז גארניט, א הר וואס ער איז ניט קיין הר, א בקעה אבער בשפילה דארט איז קיין קונצו ניט אז ער איז מכיך.

200דאס רעדט זיך וועגן א הר, און ס'איז געווען מכיך מכל טורייה אט דערפאר האט מען דארט געגעבן תורה.

201בשעת מ'גיט תורה גיט מען צוזאמען דערמיט אין עוז אלא תורה אז בשעת מ'וויל זיין דער אמת'ער שאינה הלכות פון תורה וואס זיי זיינען פארבונדן און ווי זיי זיינען רצונות של הקב"ה וואס ער קען ניט פארטראגן, אפילו מקצתו פון דעם ענין פון ישות האט ער דארט ניט וואס איז ער דארט כביכול ניטא,

202איז אט דעמאלט איז דער ענין אז וויבאלד אז דאס איז א הר, און דער הר פעלט זיך אין א מעמד ומצב וואס מכיך מכל טורייה עד כדי כך ניט ער האלט דאס בא זיך אין צימער, און א צווייטער האלט אים פאר א גרויסן, און ער זאגט אים ”אמן כן יהי רצון” נאר אינו בשר זעט מען אז דאס איז א הר וואס ער איז א מכיך מכל טורייה,

203”כעפר לכל תהי” אט דעמאלט גיט מען דארטן תורה, און אט דעמאלט ווערט דארטן דער ענין פון הלכות התורה.

204און דעמאלט ווערט ”הליכות עולם לו”, אזוי ווי ער קערט זיך איין מיט זיין גוף איז 'נפש הבהמית', אז זיי זאלן זיך פירן על פי התורה, אז זיי זיינען ניט קיין מציאות פאר זיך, און דאס איז מערניט די מציאות פון אויפפירן דעם אויבערשטנ'ס רצון,

205וואס דעם אויבערשטנ'ס רצון איז טוב וישר הוי און נאכמערער ”עולם חסד יבנה” אז דער אויבערשטער האט געבויט די וועלט האט ער איר געבויט אויף מדת החסד,

206און בשעת ער האט געגעבן תורה האט ער אנגעזאגט און האט אליין באוויזן אז תחילתה גמילות חסדים און אויך סופו און דער חותם שלו איז אויך גמילות חסדים.

207בשעת ס'קומט און מ'איז מסיים מיט א 'שונה הלכות בכל יום' קומט צוגיין תוספות און באווארנט, רחמנא ליצלן, מ'קען נעמען פון אט דעם סיום און מאכן היפך הטוב, מאכן פון דעם סיום היפך השבח והתנחומי מ'נוצט אט די הלכה כדי רחמנא ליצלן זאגן שווערע ווערטער אויף אידן!

208זאגט תוספות, אז די גאנצע דאך וואס דא איז דא געשטעלט געווארן, און דערמיט איז מען מסיים שס כדי מ'זאל מסיים זיין בדבר טוב.

209מ'רעדט פריער וועגן ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט חטא עס דעת, דער ענין פון זהב און דער ענין פון נידון מיט די אלע ענינים, פארוואס רעדט מען דאס אין תורה?

210רעדט מען דאס כדי דערנאך זאל מען וויסן זיין ווי אזוי מ'זאל ווערן טהור דערפון.

211זאגט גמרא, און תוספות איז דאס מפרש און מסביר, אז דאס איז נאך ניט דער דבר טוב וואס אידן פארדינען.

212ס'קומט צוגיין צו א אידן און זאגן זאלסט וויסן זיין אז דו דארפסט האבן טהרות, דארפסט האבן אט די זהירות, דו דארפסט ציילן אזויפיל טעג וכו' וכו און ווי די גמרא זאגט אויף כמה פרטים שבזה, אז דאס איז הלכה ניט דאס איז א ”סיום בדיבור טוב”.

213וואס איז א ”סיום בדיבור טוב”?

214אז דערנאך ביסטו מסיים א ”שונה הלכות בכל יום” איז דאס מערער טוב ווי פריער!

215וואס קען זיין מערער טוב ווי תורה?

216ער איז מסיים מיט א דבר תורה ”אין טוב אלא תורה” וואס פאר א ענין אין תורה זאל דאס זיין!

217מ'זאגט תוספות אז ס'איז טאקע ס'איז דא א ”קא סלקא דעתך” מצד התורה אבער רש י' האט דאס באווארנט.

218דערנאך איז געקומען צוגיין תוספות און האט דאס מגי' געווען אין די ספרים וואו ס'איז ניט געווען געשריבן, ווארום ביי זיי איז נאך ניט געווען, מ'האלט אין מיטן שקלא וטריא בתורה מ'איז נאך ניט געקומען צו א שיינע הלכה איז מובטח לו שוב אין עולם הבא.

219איז געקומען רבינו תם, מחבר פון ”ספר הישר”, און איינער פון די ראשי התוספות, און ער זאגט, אפילו ס'איז דא ספרים וואס אמאל איז דארט ניט געווען געשריבן, איז דער פסק-דין איצטער, ניט נאר מצד פשוטו של שס מצד רש"י,

220אויך מצד תוספות, מצד שקלא וטריא שבתורה אט דאס איז דאך דער אומטושיד און דער אויפטו פון תוספות לגבי רש"י, דארטן ברענגט ער אויך אראפ בכמה מקומות חידושי הלכות, אבער עיקר ענין התוספות אין שקלא-וטריא,

221קושיות ותירוצים, איז אבער תוספות מסיים דעם שעס, און אין שעס גופא מיט דער הוספה, אז ס'קען זיין א קא-סלקא-דעתך מטד קשיות פון מחשכים הושיבני וואס דאס איז אן ענין של קשיא ורמינהו, מ'פארשטייט נאך ניט,

222איז דא ספרים וואס דארט איז דאס ניט געשריבן, און מ'טענה'ט טוב איז דאס אן ענין פון ”אין טוב אלא תורה” אבער ברש י' איזו, דאס איז פשוטו פון שעס, און נאך מערער, אז ס'איז געקומען רבינו תם, האט ער דאס מגי' געווען אויך על פי שיטת התוספות, אז מ'דארף מסיים זיין בדבר טוב.

223און דאס איז פארבונדן ווי תוס' ברענגט אראפ די ביידע ענינים דעם ענין ווי ס'שטייט די מעלה פון הלכות, וואס דאס ווערט אין מגילה, וואס דארטן איז פארבונדן דער ענין פון הלכה אז דאס איז 'כתר תורה', דער אויפטו פון ”עוקר הרים ותוכנן זו בזו” בסברא לגבי א איש פשוט שבפשוטים,

224איז דער אויפטו וואס דער איז ”עוקר הרים זה בזה” יענער איז לידה מעדי קמר.

225בשעת ס'קומט צו מקיים-זיין א הלכה, און מקיים-זיין איר ווי מ'דארף מקיים-זיין א הלכה, ניט נאר שאינע הלכות, נאר ניט נאר עוסק בתורת עולם, נאר ”בזמן שבית המקדש קיים” איז ער מקריב עולם, ו”בזמן שאין בית המקדש קיים” דאוונט ער, און דאוונט פאר דעם לערנען תורה,

226טוט אויף תוספות, אז מ'זאל וויסן זיין, אז די שיינע הלכות וואס רעדט זיך דא איז דאס 'כתר תורה', בהנוגע צו מקיים זיין א הלכה איז ניטא קיין חילוק צווישן ”שואב מימיך” און ”ראשיכם שבטיכם”, ווי ס'שטייט אין ספרים די דוגמא, ס'איז די זעלבע תפילין וואס האט געלייגט משה רבינו, מיט די זעלבע פרשיות,

227מיט די זעלבע רצועות, לייגט דאס א פשוט שבפשוטים פון א אידן, מיט דער זעלבער ברכה.

228אויב משה רבינו האט שוין געמאכט ברכות, אדער די כוונות פון ברכות, ווי די קא סלקא דעתך בזה ווען מ'האט מתקן געווען די ברכות בהנוגע צו דעם דיבור הברכות, בהנוגע אבער צו כוונות הברכות, די הלכות אין שקלא וטריא שבדבר א חילוק ”מן הקצה אל הקצה”,

229בשעת אבער ס'קומט צו משנה הלכות וואס גדול לימוד ווען ער איז ”מביא לידי מעשה” ער איז מקיים די הלכה איז אט דעמאלט איז אין דערויף קיין חילוק ניט.

230און דאס ווערט די הסברה.

231היתכן, ווי אזוי קען מען מאנען ”ונפשי כעפר לכל תהי'” מאנען בא משה רבינו אז ער איז געווען 'עניו מכל האדם אשר על פני הדמה' בשעת ער אליין האט געוואוסט אז קיבל תורה מסיני און אדם על פני הדמה האט דערצו קיין שייכות ניט, זיי זיינען תלמידיו, תלמידי תלמידיו, ”מסרו ליהושע און יהושע לזקנים, זקנים לנביאים”, ס'לענשיקן וועסט הגדולה וכו

232בשעת אבער מ'זאגט, אז דער עיקר אין תורה און די גדלות פון תורה איז איז דער 'קיום המצוות' בפועל, די הלכות ווי זיי שטייען אין תורה, און דערנאך ווי זיי שטייען אין הליכות העולם, ווי אזוי מ'איז זיי מקיים בעולם 'הזה הגשמי' אט דעמאלט ווערט בפשטות פארשטאנדיק ווי אזוי ער קען זיין אן עמר.

233בשעת משה רבינו האט מקיים געווען מצות תפילין פרעגט מען אויף דערויף די שאלה ”מאי קא משמע לן”?

234ער האט געהערט פון דעם אויבערשטן אז מ'דארף מקיים זיין מצות תפילין, געהערט פון דעם אויבערשטן תורה בפירושה ניתנה די אלע פרטים פון מצות תפילין איז וואס איז דא דער שטורעם אז ער האט מקיים געווען מצות תפילין?

235בשעת ס'קומט א פשוט שבפשוטים, האט ניט וואס צו עסן, און ער וועט בנפשו יבוא לחמו, אבער וואס הייסט ער וועט גיין ברענגען לחמו בנפשו, איידער ער וועט לייגן תפילין, און וועט לייגן תפילין מיט א ברכה, און ביידע תפילין, און וועט טאן אלץ וואס איז פארבונדן מיט הנחות תפילין!

236אט דא איז דער שטורעם פון הנחות תפילין!

237און בשעת משה רבינו זאגט, אז ער איז אן עניו פאר אט דעם פשוט שבפשוטים איז גאר קיין פלא ניט.

238וואס דאס איז דאך אויך דער ביאור און הסבר וואס דער בעל הגאולה זאגט נאכמערער עניו ”מכל האדון אשר על פני האדמה” מיט דער הסברה, ווארום ביי אים איז געווען בפשטות, אז ווען די זעלבע כחות מיט די זעלבע סיוע מלמעלה וואלט מען געגעבן דעם אדם מיט וועמען ער טרעפט זיך וואלט ער אויפגעטאן נאך מערער ווי משה רבינו האט אויפגעטאן.

239עד כדי כך איז ער געווען א שפל וענב בעיני עצמו.

240אבער די הסברה בשכלו איז דא אויף דערויף א מקום להסביר.

241ווען איז דאס? ווען דער דיוק איז, אז ס'איז דוקא הלכות א סיום המצוה בפועל, אין תורה עצמה גופא, ווי מ'זעט דאס אין 'לימוד התורה' פארשטיין די שקלא וטייא פון גמרא,

242און פארשטיין זיי ווי מ'דארף פארשטיין, דארף מען זיין א בעל שכל גדול, און מ'דארף הארעווען אויף דערויף, און דאס נעמט טעג און וואכן און חדשים און יארן פארשטיין דעם פסק דין אין תורה, די הלכה שבתורה דאס קען פארשטיין א פשוט שבפשוטים.

243ער קומט צוגיין צו א פשוט שבפשוטים, און זאגט אים אז ”מימות הקורא נשמע בערבי משש הכהנים נכנסים לחל בתרומתם” פארשטייט דאס א פשוט שבפשוטים, האבן קיין שכל!

244ער גיט א קוק אויפן זייגער, און גיט אדער גיט א קוק אויפן כהן בזמן שהיא אוכלים תרומה ווייס ער, אז דאס איז אט דער זמן ווען ער דארף זאגן קריאת-שמע.

245וואס דאס איז אויך דער קשר און די שייכות, ס'איז דאך דא דער ענין פון ווי דערמאנט פריער אויף מסמיך זיין בסמיכות דער סיום התורה מיט התחלת התורה, און ס'שטייט אויף דערויף גלייך דער טעם,

246ווי מ'זאגט ”אין רשות לחתן” בראשית, אז מ'דארף סומך זיין להתקפה מתקיפין תחילתה לסיומה, כדי עד שיבוא לרגיל אז מ'שטעלט זיך אפ בא דעם סיום,

247מ'הויבט ניט אן גלייך די התחלה אט דעמאלט לאזט מען אן ארט, אז מ'גייט לרגיל שפיאנירן בא אידן, אפשר וועט ער אויסגעפינען ביי א אידן אן ענין וואס ער דארף אויף דערויף טאן, היפך פון זאגן שבח ותנחומין און א דבר טוב.

248בשעת ס'איז אבער מסמיך סיום התורה לתחילתה, און וואס איז די התחלה איז?

249מימת הקורא נשמע בערבי און ער כאפט זיך וואס איז דער ענין פון שמה?

250זאגט מען א 'דבר חידוש', אז קריאת שמה איז דאס אן ענין פון 'לימוד התורה'!

251אזוי איז דער דין ”אין נפקא מינה” לכמה ענינים.

252דערנאך זאגט מען ביחד עם זה וואס באשטייט די כוונה פון שמה און דער עיקר פון שמה?

253כיון דער מליכתי לד' ”רוחות ולמעלה ולמטה” האט ער אויפגעטאן און האט מקיים געווען די מצות שמה.

254און דאס איז געווען די קריאת-שמע פון דעם וואס האט אויפגעמאכט מסדר געווען תורה שבעל-פה אט דאס איז די קריאת-שמע פון רבינו הקדוש.

255וואס איז דער ענין המלכתו למעלה לד' עתו ולמעלה ולמטה?

256א ענין וואס ס'טוט אויף אין וועלט.

257ניט מ'זאגט ער האט אויפגעטאן א נייע סברא אין תורה, א נייע סברא אין הלכות קריאת-שמע, וכל העצו בהלכות קריאת-שמע כאילו קריאת-שמע?

258זאגט מען, ניין! וואס איז די קריאת-שמע דרבי?

259אז בשעת ס'איז א המליכתא אין וועלט, אט דארט וואו ס'איז דא ד'ס איטרי און ס'איז דא דער 'מעלה ומטה' אט דארט איז א המליכתא די וועלט זעט אז דער אויבערשטער איז דארט באלעבאס, ווי אזוי פירט דער אויבערשטער דורך זיין באלעבאטעטשקייט אין וועלט?

260זאגט ער אין מדרש תנחומא, כדוה ”את המצוה שהן שלוח” ווי אזוי ווערט די מצוה א שליח פון דעם אויבערשטן און פירט דורך די שליחות?

261בשעת ס'קומט צוגיין א איד און איז מקיים די מצוה.

262וכידוע דער משל, אז תפילין וועט ליגן על השולחן איז ניטא קיין 'קיום המצוה'.

263בשעת א איד טוט אן די תפילין על ראשון, און די תפילין זיינען געמאכט פון קלף בהמה, ועל דרך זה די רצועות און די הסבים פון ענין של שמחים, און דעם מים וכיוצא בזה, וואס דאס איז דומם שבעולם, און דערמיט מאכט ער א המליכ תו למטה ולמעלה ולד'ס ציטרי העולם אט דאס איז קריאת-שמע, און וועמענס קריאת-שמע איז דאס?

264אנהויבנדיק פון קריאת-שמע פון רבי, פון רבינו הקדוש, און דאס ווערט אראפגעבראכט אין תחילת מסכתא ברכות אלס א הלכה.

265וואס דאס איז אויך כולל די התחלה מסכתא ברכות, אויך ניט נאר מיט סיום השעס ס'האט דאך אויך א סיום מיט דער סיום המסכתא, סיום המסכתא ברכות, וואס דארט איז ווי דערמאנט פריער איז דער סיום המסכתא אויך מיט אן אל תקרי,

266וואס דאס איז דאס מקשר און ס'ווערט אן ענין וואס איז שייך און לערנט איין זאך אפ פון דער צווייטער, סיום השעס מיט איין אל תקרי, מיט א צווייטן סיום הש"ס, מיט'ן אל תיקף וואס אין ”סוף מסכתא ברכות”,

267וואס דארטן ווי דערמאנט פריער זאגט מען ”וכל בנייך למודי הוי"ו רב שלום בנייך אל תיקף בנייך אלא” ב�ייך וואס דארט איז אויך דער אפטייטש, ווי דער שלט זאגט, מ'דארף האבן א הכרח, ווארום לולי זאת דארף מען לערנען ווי פשוטו הענינים, אפילו בשעת ס'איז דא א הכרח איז ”אין מקרא יוצא מידי פשוטו”,

268אז ס'איז דא אין אידן צוויי ענינים.

269ס'איז דא ”כל בנייך לימודי הוי” וואס דאס זאגט מען אויף יעדער אידן און אלע אידן, דערנאך איז מען מוסיף אין דעם בנייך גופא איז אויך דא, אל תיקרי, א הוספה, אלא בונייך, בעינים של עולם, וואס דאס איז דער ענין פון תלמידי-חכמים.

270און פארוואס ווערן זיי אנגערופן בונייך?

271דערפאר וואס זיי זיינען בונה די וועלט, ובלשון פון דעם אלטן רבי'ן מ'וואכט פון דער וועלט א דירה לו יתברך בתחתונים.

272און דא זעט מען אויך אויף וויפל ס'איז יעדער ענין מדוייק, נוסף אויפן לשון רשי, וואס רשי זאגט ”משנה וברייתית והלכה למשה מסיני” מיט א ו' אמוסיף ווי ס'איז נענטיק אין תוספת הראש, איז אויך אין תוספת ברענגט ער אויך אראפ די ביידע דוגמאות וואס מ'איז מסיימים בדבר טוב לכל לראש אט דאס וואס מ'זאגט אין מגילה, דערנאך איז ער מוסיף, אזוי זאגט מען אויך אין אין עומדים,

273און ניט ער איז זיך מסתפק מיט אנווייזן דעם ארט אליין, נאר ער ברענגט אויך אראפ בפרטיות הלשון, וואס איז דארט דער לשון?

274נביאים הראשונים האבן מסיים געווען דבריהם מיט ענינים של שבח ותנחומי וואס דאס איז נאך מערער פון טוב בשעת מ'זאגט טוב קען דאס זיין אז דאס מיינט מען אט די וואס זיי קומט טוב על כל פנים וואס זיי זיינען באמצע,

275דארט איז מען מסיים אין ברכות, אז דאס איז ניט נאר די וואס זיי קומט טוב נאר די וואס זיי דארפן אנקומען צו תנחומין.

276תנחומין איז שייך אויף אזא ענין בשעת ס'איז דא א דבר בלתי רצוי, דארף מען אים דערנאך מנחם זיין.

277ווי דער פירוש הפשוט וואס איז דארט געווען דברי שבח ותמחומין?

278אזוי ווי מ'רעדט זיך וועגן גלות, און מ'רעדט דארטן וועגן די סיבות וואס האבן געבראכט צום גלות, וויל מען ניט חס ושלום מ'וועט זיך מייאש זיין זיינען זיי מסער און זאגן, אז די אלע זאכן איז מערניט ווי א הכנה צום סיום ו”הכל הולך אחר החיתום”,

279וואס דער סיום איז אז מ'איז מנחם וואס דער ענין פון נחמה איז נאך מערער ”יתרון האור מן החושך יתרון החכמה” מן הסכלות.

280און תוספות איז אויך מדייק און איז מעתיק די תחילת הלשון אין ברכות, און מעתיק וואס דארטן שטייט אף נביאים הראשונים האבן מסיים געווען ”דבריהם ודברי שבח ותנחומין” וואס דא איז ברענגט ער אראפ נביאים ראשונים וואס דאס איז א קשר מיט תנא דבי אליהו,

281וואס אליהו הנביא ווערט אנגערופן בשם אליהו הנביא, איז בשעת תנא דבי אליהו איז ”מסיים בדברי טוב” איז דאס פארבונדן מיט נביאים הראשונים, זיי האבן שוין אזוי איינגעשטעלט, אז מסיימים ”דבריהם בדברי שבח ותנחומין” איז ער אויך ”מסיים דבריו בדברי שבח ותנחומין”.

282נאך מערער ווי טוב, ווארום אין די פסוקים פאר ”הליכות עולם לו” רעדט זיך וועגן רעה ארץ והימודד און דערנאך שפירט זיך הרגיבות עולם א מעמד ומצב פון גלות, היפך רצון ה וואס דערנאך דארף מען אנקומען ניט נאר צו טוב סתם, נאר אזא טוב וואס דאס איז שבח און אויך המחומין מנחם אויפן מעמד ומצב פון גלות.

283ועד כדי כך, אז ס'ווערט דער ”עדך הוי' כי אנפת בי” ווארום ער האט געזען, דורך דערויף איז געווארן ”יתרון האור מן החושך” 'ויתרון החכמה מן הסכלות'.

284וואס דאס איז אויך דער קשר, מ'דערמאנט פריער, מיט דעם אל תקרי וואס אין ”סוף מסכתא ברכות”, וואס דארטן זאגט מען, אז מ'קען חס ושלום ביי אידן זאגן, אז אידן זיינען מערניט וואס די וואס זיי זיינען תלמידי-חכמים זאגן חס ושלום דאס איז היפך התורה, דאס איז היפך תורה שבכתב, היפך תורה שבעל פה,

285”היפך רצון ה'”, היפך תלמידי רצון פון תלמידי-חכמים, דאס איז היפך מציאות כל העולם כולו!

286אט דאס וואס ס'איז דא רב שלום בנעיף, די מעלה פון ”רב שלום וואס מרבים שלום” וואס תלמידי-חכמים איז דאס דערפאר וואס זיי זיינען ”מרבים שלום בעולם”!

287און דאס איז חס ושלום ניט עקב, דער ”ורב שלום בנעוך” בפשטות הענינים, חאנץ ס'שטייט א צווייטן מאל, ווי געזאגט פריערס, א כלל אין תורה ”אין מקרא יוצא מידי פשוטו”.

288וכאמור, אז כל ענינים אלו זיינען שייך זה לזה, פונקט ווי ס'איז שייך דער נעוץ סופן בתחילתן אז ”כל השם הלכות מובטח לו שהוא בן עולם הבא” איז דאס קשור, און א תנאי בזה איז, אז ער האט געדענקט, אז מימת הקורא נשמע בערבי איז דארף דאס זיין דוקא קריאת-שמע בשעת ס'איז נאך חושך הלילה, און אין דערויף גופא זאגט די גמרא צוויי ענינים.

289איין זאך איז, אז דאס איז אן ענין פון תורה, א הויכי קאי א קרא קאי דערנאך זאגט די גמרא א דבר פלא, ניט דאס איז דערפאר וואס ס'איז פארבונדן מיט תורה אז קרא קאי מ'לערנט דאס אפ ווי ”אלפינין מבריותו של עולם” אינגאנצן ניט פארשטאנדיק.

290ס'רעדט זיך וועגן א ענין אין תורה, א ענין אין שעס, א ענין אין משנה, א ענין פון התחלה בזה, און ער פרעגט טאן אים אויך קאי און ער ענטפערט אים, וואס הייסט מהיכיקאי ער נעמט זיך פון תורה שבכתב!

291באגנוגנט זיך ניט תורה דערמיט, און זאגט גלייך, אז דאס איז נאך ניט אינגאנצן וואס תורה זאגט, נאך דערויף אז תנא מהיכיקאי א קראקאי דארף אויך זיין ”אלפינין מבריאתו של עולם”

292וואס בריאתו של עולם, ”ויהי ערב ויהי בוקר” איז דאס טאקע געווען ערב און ס'איז געווען בוקר א חילוק צווישן חושך הגלות און אור הגאולה, אבער ביידע זיינען יום אחד אט דאס ווערט אן ענין פון אחדות הקב"ה בדוגמא פון קריאת-שמע,

293וואס דאס איז אויך דער תניא אויך קיים, אלפי נין נתבריותו של עולם, ”ויהי ערב ויהי בוקר” איז דערנאך דער סיום יום אחד, וואס דאס איז דער ענין פון קריאת שמע.

294וואס די קריאת שמע הויבט זיך אן ווי בריאתו של עולם ערבין, דוקא דערפאר וואס ”נפשי כעפר לכל תהי” ער ווייס און נארט זיך ניט בנוגע למעמדו ומצבו, 'עניו מכל האדם אשר על פני האדמה', און דעמאלט הויבט ער אן לייענען קריאת שמע, און דערנאך איז המליכתי ד' סיטין, ולמעלה ולמטה, און דאס איז די קריאת שמע פון רבי.

295און דאס ברענגט דערנאך צו סיום המסכתא, ”ילכו מחיל אל חיל” אז ”תלמידי-חכמים אין להם מנוחה לא בעולם הזה ולא בעולם הבא”, ער האט געלערנט און געלערנט און האט אויפגעטאן אין לערנען אויב ער האט זיך אפגעשטעלט איז אט דעמאלט איז א סימן אז ער געהערט ניט צו דעם מאמר חז.

296האט מען מסיים געווען דארף ער אנהויבן פון אנהויבס.

297און ניט אנהויבן אלס א באזונדער זאך, נאר נעוץ סופן בתחילתן דאס גייט א המשך און דאס ווערט אנגערופן בשם תוקף און אז ניט פאלט מען אריין אין לרגי בשעת אבער 'אין להם מנוחה' גלייך נאך אין סיום הויבט ער אן דערנאך פון דעם אנהויבס אט דעמאלט, פון 'עולם הזה' איז ער זוכה צו דער מנוחה בעולם הבא,

298מסיים ”בדברי שבח ותנחומין” תנחומין אמיתין וואס דאס איז ביאת משיח צדקנו, וואס דעמאלט וועט זיין דער ”נחמו נחמו עמי אמר אלקיכם” וואס דאס איז על ידי עבדיו הנביאים, נביאים ראשונים, און דערנאך דער ענין פון תנו דבי אליהו הנביא,

299אויבנדים אבער מאנען און זאגן, אז ניט דאס איז דער ענין, ”ותאמר ציון הזבני וכו” נאר ”אנכי אנכי הוא מנחם” וואס דאס איז די עבודה פון בעלי תשובה, צוויי מאל אנכי, צוויי מאל אזויפיל וויפל ס'איז נאך געווען 'בהר סיני', וואס דאס איז געווען דער לימוד תורתו של משיח,

300וואס ”עתיד לתבא צדיקייא בתיובתא”, און ס'וועט זיין דער ”עולמך תראה בחייך” אט דאס וואס שאינו הלכות בכל ”יום, מובטך לו שהוא בן עולם הבא”,

301ווערט ער אן עולם הבאי, א נשמה בגוף, בעולם הזה בחייך נשמות בגופים, און מ'גייט מקבל זיין פני משיח צדקנו, נשמות בגופים, ובמהרה בימינו ממש, ובנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו, ו ”שמחת עולם על ראשם”.

302לחיים. בשעת

303אין הלכות בכל יום. און אין פער גמור, דא?

304און דערנאך איז דא? וואס דערנאך איז דא?

305און דערנאך איז דא?

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים