עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-zxsk97ma

kind
paragraph
order
uM
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ושכנתי בתוכם ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם, אז דער אויבערשטער געפינט זיך אין יעדער אידישע הויז, אז דאס איז א פריוואטער הויז אדער א מסחר הויז, אדער א געשעפטלעכע הויז, אדער א שטעלינג וכיוצא בזה, געפינט זיך דארט דער אויבערשטער אין אן אופן וואס ער זאגט ושכנתי אז ער שטייט דארטן אין אן אופן פון שכינה, וואס זי ברענגט דאך מיט זיך אלע ברכות והצלחות, און ס'ווערט אויך בתוכם, בתוך כל אחד ואחת, אין דעם אינעווייניקייט, אין די פנימיות פון יעדער אידן, סיי א מאן און סיי א פרוי, געפינט זיך דארטן, דער חלק אלוקה ממעל ממש, דער נפש אלקית, און זי פירט-אן מיט דער הארץ, און דורך דער הארץ, מיטן גאנצן גוף, און מיט די טעטיקייטן פון דעם גוף, אויך די טעטיקייטן פארבונדן מיט מסחר. און דאס היילט נאך מערער צו, ווי געזאגט פריער, אז פון דעם ושכנתי בתוכם זאל זיין ווי דער התחלת הכתוב, ועשו למקדש אז דורך דערויף נעמט יעדער איד אן איינטייל אין צוהיילן נאך מערער דעם מקדש אדנ'כוננו ידיך דער בית המקדש השלישי, תיכף ומיד ממש, ולא ייכבם אפילו כהרב עין,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions