פסקה
פסקה rh-zx3h1ex2
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-f48zr09g
- order
- bC
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וכמדובר, והוא העיקר וואס מ'וויל דאס אויסנוצן אויף אויסדרוקן, אז במילא דארף מען ניט ווארטן אז ס'זאל זיין דוקא בכתב, און דוקא אין אן אופן מיט אריכות הטיטול וכו וואס לא נחשדו ישראל על כך, ואדרבא, מ'נוצט אויס די געלעגנהייט וואס מזלו גובר, און די געלעגנהייט וואס דער חודש הגאולה, און די געלעגנהייט וואס דאס איז נשיא פון שבט אשר וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט אשריך ישראל סיום פון תורת משה רבינו, און מיט התחלה פון ספר התהילים, ווי ער זאגט אין מדרש אין ספרי, אז דאס איז פארבונדן דער סיום פון משה מיט די התחלה ווי דוד המלך מלכי משיחא הויבט אן ספרי התהילים, כמדובר כמה פעמים. וואס דאס איז אויך זיכער וועט מען דאס איבערגעבן, אט די וואס הערן דאס ניט, אויך די וואס וועלן טרעפן זיך מיט זיי וועט זיי איבערגעבן, אז ס'איז געווען ברבים ופרהסיום פונקט ווי מ'זאגט דאס יעדערן בפרטיות און דעם גרויסן יישר-כח פאר די יחולים טובים וברכות טובות.
- proofread
- 0