עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-zwp6b22y

kind
paragraph
order
Ex
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
דערמאנט מען כל מצוותי, און דאס דערמאנט אין אן אופן, כאמור, אז דאס איז מצוותי ווי דאס איז דער תכלית השלימות ווי ס'איז דא אין מצוות, און מ'זאגט גלייך, אז דאס איז ניט שתם א זכירה, און דאס בלייבט אין עולם הזכרון, אדער אין עולם המחשבה, אדער על כל פנים אין עולם הדיבור, נאר דאס ווערט גלייך שכרתם את כל מצוותי כדי דערנאך זאל דאס אראפקומען אין קיום המצוות במעשה בפועל, וואס דאס איז דאך דער פירוש הפשוט אין פשוטו של מקרא. און מיט וואס איז דאס פארבונדן? כאמור, די שלימות הכי גדולה, מצוותי און כל מצוותי, און אין אן אופן פון ורעיתם אותה וואס דאס איז דאך דער תכלית השלימות התאחדות וואס ס'איז דא צווישן דעם מענטשן וואס זעט און דעם ענין וואס ער זעט, איז דאך דאס ע לידי חושה ראי'און אינו דומה שמיה לראי אז מ'קען דאס גאר ניט פארגלייכן, דורך וואס ווערט דאס אויפגעטאן? דורך אן ענין פרטי פון אן איש פרטי און פון א קטן פרטי, און וואס דאס האט געטראפן איין מאל אין א וואכעדיקן טאג, מבלי כל הכנה לזה, ווארום וראיתם אותו וזכרתם איז ניט פארבונדן אן דער הכנה, וואס דער וואס טראגט דעם טלת קטן האט געהאט דערצו, בשעת איינער קומט צוגיין און גיט א קוק אויף דערויף, איז אים קיין נפקא מינה ניט וואס איז געווען די הכנה און דער ענין פון דעם וואס טראגט דעם טלת קטן, וויבאלד אז ער דערזעט דאס, איז תורה מבטיח, אז דאס וועט ברענגען וזכרתם און דאס וועט מזכיר-זיין כל מצוותי, און אין אן אופן אז דאס וועט דערנאך ברענגען זייער קיום, ביז אז דאס וועט אויך ברענגען די גאולה האמיתית והשלימה כהמשך והסיום, וואס מ'פארבינדט דאס מיט יציאת מצרים, כי צאתה מארץ מצרים, וואס כימי צאתך מארץ
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions