עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-zw8myw6c

kind
paragraph
order
El
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
שמחה, איז קומט אדר איז מען מוסיף און מרבה אין דער ענין השמחה, און אין א שמחה איז דאך פארבונדן און אנגעדייטעט אין דעם יום-טוב פון אדר, וואס דאס איז דאך די ימי הפורים, איז דאך זעט מען דאך אין וואס באשטייט שמחה אין צוויי ענינים, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. אז מ'זאגט, אז בימי הפורים זיינען יעדער איד און אלע אידן מקבל דתורה נאכאמאל, ובשמחה ובטוב לבב נאך מערער ווי ס'איז געווען אין זמן מתן תורתנו, אין חג השבועות, און מקבל דאס אויף דעם גאנצן יאר, אז דעם גאנצן יאר זאל זיין אזוי, און זאל זיין א שמחה אויך בגשמיות. מ'זעט דאך אויך, אז פורים איז פארבונדן מיט משלוח מנות איש לרעהו ומתנות לאביונים, איז דאך דער פשוט'ער דין אין שולחן ערוך, אז וואס מיינט אט די מצוות פון משלוח מנות ומתנות לאביונים מיינט מען דאס אויך גאר בפשטות, אז מ'זאל געבן משלוח מנות ענינים של אכילה אדער של שפיעת
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions