Paragraph
Paragraph rh-zvs13cc1
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-nwwxmktp
- order
- Aq
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וואס דאס ציילט מען דאך בשעת מ'פראוועט ספירת העומר ציילט מען ניט די מצוות, אדער די ניט-מצוות, היפך פון די מצוות וואס מ'האט געטאן אין די טעג און די נעכט מ'ציילט מערניט ווי דער נוסח איז היום יום ראשון און היום יום שני ימים, אז דאס איז איין טאג דורכגעגאנגען אדער צוויי טעג, אדער נאכמערער טעג, און אזוי אויך שבוע אחד, איין וואך אדער צוויי וואכן אדער מערערע וואכן, און מ'דערמאנט גארניט דעם ענין צי ס'איז געווען א סך מצוות, צי ס'איז געווען א סך חס ושלום זאכן וואס זיינען ניט פארבונדן מיט מצוות אדער ערגערע זאכן נאך מערניט וואס מ'ציילט די טעג. און אויף דערויף ענטפערט מען, אז אין דערויף איז אויסגעטיילט, על דרך ווי אתה בחרתנו מכל העמים אז דער אויבערשטער האט אויסגעטיילט אידן פון אלע פעלקער, איז דאך דאס א זיכערע זאך אז זיי האבן דאס פארדינט, און פארדינט דארט אין זאכן אין וועלכע דער אויבערשטער איז פארקאכט, ניט נאר דער אויבערשטער וויל זיי האבן, נאר ער איז פארקאכט אין דעם,
- proofread
- 0