English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

18 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1דאך ווי ערקלערט אין תורתנו תורת חיים, הוראה בחיים, איז בשעת ס'ווערט געגרינדעט א נייע אידישע הויז, דורך א חתן כלה, איז דאך תורה מבטיח, אז ס'וועט זיין א בנין עד די עד, און אז דורך דערויף קומט-צו א חידוש גדול אין דעם גאנצן אידישן פאלק, און דורך דערויף אין דער גאנצער וועלט, אז ס'איז צוגעקומען נאך א 'בית חדש',

2וואס דאס איז א נייעס אריינגעבראכט אין דער גאנצער וועלט, וואס דערפון איז פארשטאנדיק דער זכות מיט די כוחות וואס מ'גיט יעדער חתן כלה, ביז וואנענט אז זיי קענען אויפטאן דורך דערויף וואס זיי בויען זייער הויז, על יסודי התורה והמצוה, טוען זיי אויף אין דעם גאנצן אידישן פאלק, און טוען אויף אין דער גאנצער וועלט,

3ביז וואנענט אז דאס איז אויך פארבונדן מיט אויפטאן אין דער גאנצער וועלט די שלימות פון ימות המשיח, וואס דערפאר זאגט מען דאך אין די ”שבע ברכות”,

4אז מהרה ”ישמעה בארי יהודה בחוצות ירושלים קול חתן וקול כלה” מיט די אלע פרטים ווי מ'רעכנט דערנאך אויס, און מ'זאגט דאס בשעת ס'איז א ”קול חתן וקול כלה” פון יעדער כלה און יעדער חתן בא יעדער חתונה,

5און דערפון אויך פארשטאנדיק בנוגע צו דעם אופן ווי ס'דארף זיין אין די הכנות צו דער חתונה, כדי דערנאך זאל דאס זיין דער בנין עד די עד בתכלית השלימות.

6ו”אינו מבקש אלא לפי” כוחם אז דער אויבערשטער גיט יעדערן די אלע כוחות וואס ער דארף האבן דערצו, און גיט דאס מידו ”המלאה הפתוח הקדושה והרחבה” בעין יפה איז דאך דערפון פארשטאנדיק, אז מ'האט אין דערויף א הצלחה רבה, ביז אין אן אופן אז דאס ווערט א הצלחה עדי עד.

7וואס דערפאר איז דאך אויך איינער פון די טעמים אויף ”מנהג ישראל”, וואס ווערט אלץ מער נתפשט, אז ”בכל חתן לו” איז דער חתן קלה און גיבן ביום החתונה א הוספה אין די צדקה הרגילה שלהם, און אזוי אויך אט די אלע, ובפרט די קרובים די עלטערן און די קרובים,

8הרוצים בטובתם, זיינען אויך מוסיף אין צדקה שלהם לזכות החתן קלה.

9און און די עצם ההחלטה בזה נאך פאר דעם יום החתונה, און קודם הנתינה איז שוין אויך ”כלפי שמיא גליא” איז דאס אויך מוסיף אין די ברכת השם בכל המצטרך, אנהויבנדיק פון די הכנות צו דער חתונה,

10און דערנאך אין דער חתונה און שבת ימי המשתה, און דערנאך אויך במשך כל ימי חייהם, אז ס'זאל זיין אין אן אופן פון א שמחה גדולה חיים ואושרים בגשמיות וברוחניות וברוחניות ובגשמיות, וואס די אלע ענינים זיינען דאך אויך מוסיף, כאמור לעיל,

11”אין שמחת כלל” ישראל, און שמחה איז דאך פורץ גדר היילט דאס אויך צו, אז ס'זאל פורץ זיין די גדרי הגלות, און נאכמער מקרב זיין דער ענין הגאולה.

12און דערפאר וועט איך אויך נעמען דעם זכות אויף מצטרף זיין זיך צו דער שמחה, און אויך צו דעם נתינת הצדקה, דורך געבן יעדערן פון אייך, אנהויבנדיק פון חתן קלה און די קרובים וידידים שלהם הנמצאים כאן אויך א השתתפות צו יעדן אן ענין של צדקה, אויף צולייגן דאס און אפגעבן דאס ביום החתונה,

13אדער אויב די חתונה איז שוין געווען אפגעבן בהקדם, ועל דרך זה כל אחד ואחת הרוצים בטובתם, ו”גדולות צדקה שמקרבת את הגאולה”, אנהויבנדיק פון די גאולה פרטית, אז ס'זאל ניט זיין חס ושלום קיינע ענינים וואס זיי זיינען מבלבל חס ושלום, צו די הכנות צו חתונה זאלן זיין בתכלית השלימות,

14און זאל זיין דוקא די הכנות שוין מתוך שמחה וטוב לבב אמיתיים, און דערנאך די חתונה עצמה בן שהטוב ומוצלחת, ווי

15די החלטה טובה אויף מייסד זיין א בנין עד די יד ה”בית ועד לחכמים” אין וועלכע ס'וועט זיין א הויז אויף וועלכע דער אויבערשטער האט מבטיח געווען און דערנאך ווערט דאס בפועל ושכנתי בתוכם אין יעדער אידישע הויז,

16בפרט נאך אין א הויז וואס ווערט נתייסד מחדש א ”בית חדש”, און דאס זאל נאכמערער צוהיילן דעם בנין פון בית המקדש השלישי בבית חדש, במהרה בימינו ממש, בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו,

17וואס דעמאלט וועט מען זען אויך 'בעיני בשר' ווי אזוי ס'ווערט מקויים דער יעוד, אז ”ישמה בארו יהודו בחוצות ירושלים קול חתן וקול קלה” בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.

18מירד אז ווערבא קודם אפילו זיצקן אויף

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים