transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1אויף אפלערנען א מעשה לפועל פון אן ענין איז דאך קען דאך זיין, וויבאלד אז אין דיעותיהם שוות קען דאך זיין דער לימוד אויך אינו שוה, וואס איינער וועט אפלערנען וואס א צווייטער וועט אפלערנען, איזה מאורע שיהי' וואס פאר א פאסירונג דאס זאל זיך ניט רעדן,
¶2על אחת כמה וכמה ווען ס'רעדט זיך וועגן א מאורע פון אן אדם כללו ”שרבים צריכים לו” ווי ס'איז געווען דער אלטער רבי בזמנו, וואס דערנאך איז דאך דברי צדיקים חיים וקיימים ווערט דאך דאס נמשך,
¶3ובלשון הידוע אין אופן פון א פעולה נמשכת אין די דורות שלאחרי זה, ווי מ'זעט דאס אויך בפועל, און על ידי ספרו שולחן ערוך, וואס דאס איז דאך הלכה למעשה בפועל, אויך זיין ספר תניא,
¶4וואס דאס איז דאך אויך ווי ער שרייבט גלייך אויפן שער אז דאס זאל זיין און ס'זאל ברענגען צו ”קרוב אליך הדבר מאוד בפיך ובלבבך” און דאס זאל אראפקומען אין לעשותו על אחת כמה ווי מ'זעט דאך דורך ”זרעו בחיים” תלמידיו ותלמידי תלמידיו,
¶5איז דאך דערפון פארשטאנדיק דער ריבוי האופנים וריבוי הלימודים וואס ס'קען זיין בא יעדערן לפי דעתו וואס ער קען ארויסנעמען פון דעם מאורע.
¶6בפרט נאך אז דאס איז דאך א מאורע כללי בא דעם איש כללי עצמו, ס'איז דאך געווען כמה וכמה ענינים און סיפורים און הוראות וואס ס'איז דא פון דעם אלטן רבי'ן במשך נשיאות שלו, אין כללות'דיקע ענינים און פרטיות'דיקע ענינים און פרטי-פרטיות'דיקע ענינים.
¶7דער ענין המאסר והגאולה איז דאך אן ענין כללי בחייו, ווי מ'זעט דאס אויך אין כמה שינויים וחידושים וואס איז ארויסגעקומען דערנאך אין זיין הנהגה און אין זיין 'לימוד התורה' ברבים, און אויך מיט יחידי סגולה, כידוע ומסופר אין דברי ימי חייו.
¶8ובכלל איז דאך דער גאנצער ענין המאסר והגאולה איז דאך געווען א דין ומשפט וואס איז געווען נוגע צו זיין גאנצן מציאות בעלמא דין,
¶9כידוע די מלשינות וואס מ'האט געמאנט דעמאלט, און מיט וואס פאר אן עונש דאס איז געווען פארבונדן, וואס אפילו ווען מגלין אותו ממקומו איז דאך אויך ווי די גמרא זאגט אין מלכות ווי אנדערע רופן דאס אן,
¶10אז בשעת א תלמיד חכם איז גולה ממקומו, און מ'האט א ציווי אז ס'זאל זיין וחי זיין החיהו מוז מען אים צושטעלן א מעגלעכקייט ער זאל דארטן לערנען תורה עד כדי כך אז ”מגלין רבו עמו”.
¶11וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז אפילו ווען דער עונש וואלט ניט געווען פארבונדן מיט עצם החיים בעלמא דין, מערניט ווי די הגבלה,
¶12אדער נאך מערער פון הגבלה, פון לימוד תורתו הפצת תורתו איז דאך דאס לויט דעם פסק-דין נאך ערגער, און אנדערש קען גאר ניט זיין דער וחי אמו דער וחי שמע.
¶13וואס דערפון איז דאך אויך פארשטאנדיק, אויף וויפל ביי אים, ובכל עניניו, איז דאס נאכמער כללי פון כמה מאורעות כלליים וואס ס'איז דא בחייו, און וואס זיינען אויך דערגאנגען לדורות אחריו ביז צו אונז, וואס דאס איז דאך א הוכחה, אז מ'דארף דערפון זיך עפעס אפלערנען.
¶14בשעת ס'איז דא אישפעתי להם 'רוב טובה' בשעת מ'האט א ריבוי סברות און א ריבוי אפשריות און א ריבוי לימודים ווערט דערפון בדוגמא ווי די גמרא זאגט א ריבוי גשמים אז דערפון וואקסט גארנישט ניט אויס מצד דעם ריבוי סברות ואפשריות און לימודים וואס ס'איז דא בזה.
¶15מוז מען זיך אפשטעלן על כל פנים פון וואס אנצוהויבן, איז דאך די בעסטע זאך און די ערשטע זאך אויף זוכן וואס דער בעל הגאולה אליין האט אנגעוויזן און אונטער מדגיש געווען בהנוגע לגאולתו.
¶16וואס זעלבסט-פארשטענדליך איז דאס איז דער עיקר און די התחלה בהנוגע וואס ארויסצונעמען בהנוגע למעשה בפועל, אט די וואס דארפן זיך מתבונן זיין אין די גאולתו כדי ארויסצונעמען א לימוד בהנוגע למעשה בפועל בחייהם הם.
¶17איז דאך דא די מכתבים, די בריוו, וואס דער בעל הגאולה האט געשריבן ארויסגייענדיק לגאולה, אין וועלכע ער באשרייבט דעם ענין הגאולה ניט נאר דעם זמן וכיוצא בזה, נאר זעלבסט-פארשטענדליך איז דאך יעדער ענין פון אן אגרת פון אן איש כללי און וואס ער איז דאס מפרסם איז דאך זיכער אין דערויף דא א הוראה,
¶18אפילו אין די פרטי האגרת שרייבט ער דארטן אויך דעם ענין אין וואס ס'איז באשטאנען די גאולה, און אט דארט שטייט א דבר פלא.
¶19אז די גאולה איז באשטאנען אז הפליא ו”הגדיל הוי' לעשות” בארץ און דערנאך מוסיף ומדגיש, אז אפילו עמי הארץ אדער א צווייטער לשון אין א צווייטע אגרת, שרי המלוכה און אפסי ארץ האבן אויך געזען דעם קידוש שמו ית ברך.
¶20וואס דאס קומט-צו א חידוש נפלא, אז לכאורה איז דאך דאס געווען א מאסר, און דערנאך איז געווען די גאולה, אז ער האט באקומען אז ער קען פריי, אן קיינע הגבלות, ממשיך זיין בלימוד והפצת תורתו מיט כל עניניו בהנוגע צו נוסח התפילה אין אופן החינוך וכו כידוע אין די השמה וואס ס'איז געווען,
¶21און וואס מ'האט געמאנט, און וואס די גאולה האט דאס מבטל געווען.
¶22איז ער גאר מוסיף א הדגשה, אז דאס דארף באוואוסט ווערן ביז אז דאס וועט דערגיין צו אפסי ארץ, און כדי מ'זאל קיין טעות ניט האבן אז דאס מיינט מען א אידן וואס געפינט זיך אין אפסי ארץ, שרייכט ער איז ער דארטן מדגיש, אז דאס מיינט ער אויך אינם-יהודים די שרי המלוכה און די וואס האבן געמאכט די גזירה וכו.'
¶23וואס דאס שרייבט ער אין דער אגרת אין וועלכע ער האט ארויסגעגעבן גלייך ארויסקומענדיק מן המאסר לגאולה, און מ'האט דאס דערנאך מפרסם געווען, וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק בהנוגע ללימוד, אויף ארויסנעמען בביתו בפועל קומט נאך צו אין דעם מאסר,
¶24וואס הוא העיקר אז דאס דארף זיין אין אזא מין אופן, אז אפילו א ניט-איד זאל דערזען פון ”קידוש שמו יתברך”.
¶25וואס דערפון איז פארשטאנדיק, אז ס'איז ניט מספיק אז ער איז זיך מצמצום אין ד' אמות שלו, אפילו אז דאס איז ד' אמות של הלכה, ד' אמות של תורה, און ד' אמות של תפילה, וואס דארט איז דאך אויך דער שיעור התפילה, תפילת המדה, וואס דאס איז עיקר התפילה איז דאך אויך דער שיעור פון ד' אמות.
¶26וואס דאס איז דאך ד' אמות פון תורה און תפילה, וואס דאס איז דאך ”מגיד דבריו ליעקב חוקיו ומשפטיו לישראל אבער לא עשה חן לכל גוי” מ'דארף האבן, בדוגמא ווי מ'זאגט בנוגע צו חנוכה,
¶27אז ס'דארף זיין טאקע על פתח ביתו אבער דאס דארף זיין מבחוץ, ביז וואנענט ער מאכט ליכטיק אין רשות הרבים אין א שוק וואו ס'גייען ארום תרמודאי על דרך זה איז אין ”כללות כל התורה”, וואס ווי דער רמב"ם איז מסיים אין הלכות חנוכה ומגילה, דאס וואס ער זאגט אין ספרא,
¶28אז כל התורה כולה ניתנה לעשות שלום בעולם, ”שנאמר הוי' עוז לעמו יתן” הוי' ”דרכיה דרכי נועם חמשה” עשר שלם אדער צווייטער פסוק ”הוי' עוז לעמו יתן הוי' יברך את עמו בשלום” וואס אין דערויף איז דאך אויך נכלל,
¶29בדוגמא ווי די גמרא לערנט אפ אין גיטן פון ”דרכיה דרכי נועם” אויך בהנוגע צו אני יעקום און ווי מ'זאגט בהנוגע צו ”ה' עוז לעמו יתן” אז ס'איז דעמאלט געווארן א טומל אין וועלט ביי אומות-העולם,
¶30און זיינען געקומען צולאפן צו לויפן צו בלעו'ן, און געפרעגט וואס איז דאס, און האט ער געזאגט אז דאס איז ”ה' עמי” יתן דער אויבערשטער גיט אידן תורה אט דעמאלט איז געווארן ”שלום בכל העולם כולו”.
¶31על דרך זה האט מען ארויס, און מ'נעמט ארויס, פון דעם מכתב פון דעם בעל הגאולה, אז מ'פארלאנגט פון א אידן,
¶32וואס כאמור לעיל, דאס גופא איז א הוכחה, אז פאר דערויף האט מען אים געגעבן כח, וויבאלד אז ”אינו מבקש אלא לפי” כוחו אז ער זאל זיך אפלערנען פון דער גאולה, אז ער זאל זיך אויסלייזן פון זיין מאסר, פון זיין ארעסט,
¶33אז דאס זאל זיין אין אזא אופן אז ס'זאל זיין ווי ער איז ממשיך אין דעם בריוו ”פדה בשלום נפשי מקרב לי” ער איז ”פודה בשלום” זיין נפש, דאס איז אבער נאך ניט גענוג ס'דארף זיין אין אן אופן וואס הגדיל ”והפליא הוי'” 'לעשות בארץ' און אין אן אופן, אז ניט נאר אז דאס דערגרייכט אין ארץ און מאכט דארט א שינוי,
¶34נאר דאס דערגרייכט אויך און דאס מאכט א שינוי אין דער ידיעה און דער הכרה פון עמי הארץ, אזוי דערזען ”קידוש שמו של הקב"ה”.
¶35וואס אט דא ווערט דאך א שטורעמדיקע שאלה, אז לכאורה איז דיו שיפקיע את עצמו מ'געפינט זיך אין א חושך כפול ומכופל פון גלות, און ”ידע אינש בנפשו” דער מצבו אין 'לימוד התורה' און 'קיום המצוות' וכל השייך לזה,
¶36וואס וויפל ער האט אויפגעטאן אין דערויף, און מ'האט דאך אויפגעטאן כמה וכמה דאס קומט אבער ניט דערצו וואס מ'האט געקענט אויפטאן, און מ'דארף אויף דערויף ניט האבן קיין לאנגע הוכחות, אז מ'גיט א קוק אז קלה קיץ,
¶37קלה קציר, ועדיין לא נושנו מ'געפינט זיך נאך אין א חושך כפול ומכופל פון גלות איז דאס די בעסטע הוכחה אז אע' פי וואס מ'האט געלערנט און מקיים געווען מצוות און געטאן בכל עניני טוב וקדושה קומט דאס ניט דערצו וואס מ'האט געדארפט אויפטאן, והא ראי' אז מ'געפינט זיך נאך אין גלות, ועדיין לא נשנה.
¶38און דא זאגט מען אים, אז ס'קומט יו טס כסלו און מ'דערציילט אים דעם מאורע פון דער גאולה, און מ'זאגט אים אז דאס מיינט מען אים בפרטיות, דאס איז ניט אן ענין וואס האט געטראפן אמאל למפרע,
¶39און דאס איז ניט אן ענין וואס איז נוגע צו א צווייטן, נאר די וועלט האט א באלעבאס, און וואס דער באלעבאס דער אויבערשטער איז משגיח 'בהשגחה פרטית' אויף יעדער פרט ופרטי-פרטים וואס ס'איז דא וואס פאסירט אין דער וועלט.
¶40און וויבאלד אז מיט אים האט געטראפן אט די פאסירונג, אז ער דערהערט דעם סיפור המאסר והגאולה, און אז דער בעל הגאולה האט געשריבן, אז די גאולה האט פועל' געבראכט ”כידוש שמו יתברך” אפילו בא שרי המלוכה, אפילו בא אינים-יהודים איז א זיכערע זאך,
¶41אז לו ”ברא הקב"ה דבר” אחד בעולמו לבטלה ווי די גמרא זאגט אין שבת, כולל אויך אט דאס וואס דער איש מסויים האט זיך געטראפן אין א מסיבה און האט דארט דערהערט אט די ווערטער וואס האט געשריבן דער בעל הגאולה, איז דאס ניט חס ושלום לבטלה,
¶42און וואס דארף ער דערפון ארויסנעמען דאס וואס ס'איז אים נוגע אויב ס'וואלט געווען נוגע א צווייטן, איז אט דעמאלט האט דער אויבערשטער ניט געמאכט אז ער זאל דערהעבן דערפון.
¶43און אין וואס דארף דאס זיין אים נוגע?
¶44זאגט דאך די גמרא אין חותם פון מסכתא קידושין ”אני לא נבראתי אלא לשמש את קוני” וואס ווי די גמרא זאגט דעם כלל אין מנחות, אז בשעת מ'זאגט דעם כופל ”אני לא נבראתי אלא” וואס דאס איז דאך א שלילה צוויי מאל באווייזט אז דאס איז אויך בדיעבד,
¶45איז יעדער רגע וואס ער איז א נברא, יעדער רגע פון זיין קיום, דארף דאס זיין א רגע וואס ער איז משמש את קוני, כולל אויך אט דעם רגע וואס ער געהערט די ווערטער פון דעם בריוו פון דעם בעל הגאולה,
¶46איז דאס א רגע וואס ער דארף משמש זיין את קוני מיט דעם תוכן וואס ער געהערט אין דעם רגע, וואס אין דער תוכן איז אז ניט קוקנדיק אויף מעמדו ומצבו, וואס ”ידע אינש בנפשו”, וכאמור ס'קומט צוגיין דער קלוגינקער און הויבט אים אן מבלבל זיין וואס טראכסטו וועגן דערויף וואס אידן דארפן זיין אור לגויים,
¶47ס'איז גענוג אז דו וועסט מפקיע זיין את עצמו, על כל פנים אט די וואס געפינען זיך אין דיינע ד' אמות של תורה, אדער די וואס דאווענען צוזאמען מיט דיר אין דיין בית הכנסת, אין דיינע ד' אמות של תפילה,
¶48תלמידיו ותלמידי-תלמידיו, על כל פנים אזא אידן וואס אשר ”בשם ישראל יכונה”, וואס ער שרייט אז ישראל איז ביי אים מערניט ווי א כינוי, ניט זיין אמת"ע מציאות, אבער אף על פי שחטא איז ער אויך ישראל הוא.
¶49וואס דארף ער זיך נאך פארנעמען מיט טאן אט די ענינים בגלוי ובפרהסיא, בשעת ס'איז דא מלעיגים פון צווישן די גויים, און זיי וועלן אויך זען אז ער שעמט זיך ניט און שטייט בתוקף ער האלט נאך ניט בא דער דרגא.
¶50און ס'דארף דאך זיין אין תורה יעדער ענין דארף זיין מיט א סדר, ווי כל עניני תורה ומצוותי איז דאך דא דער וואס איז קודם און וואס קומט לאחרי זה און וואס קומט לאחרי אחרי זה.
¶51זאגט מען אים אבער, אז דאס איז אן ענין של גאולה, און אן ענין של גאולה נעמט אים ארויס פון מדידה והגבלה, וואס יעדער מדידה והגבלה איז דאך אן ענין של מאסר, מיט א סמך, וואס דאס באגרעניצט א אידן, ווארום א איד 'מצד עצמו' האט ער דאך דעם חלק אלוקה 'ממעל ממש', די 'נפשו האלקית'.
¶52ובלשון המשנה איז דאך יעדער איד זאגט מען אויף אים, אז דאס איז ”נוצר מטה ומעשה ידו לאתפער” דערפאר ווערט ער א נצחי, יש ”לו חלק לעולם הבא” וואס דאס גייט דאך אויף תחיית המתים,
¶53וואס דעמאלט איז דאך דער פסק-דין ווי דער שיטת הרמב"ן, אז דאס איז דער שלימות השכר וואס קומט לאחרי דער שכר ”אין גן עדן וכו” כמבואר בארוכה בכמה מקומות,
¶54בערך הנצחיות שלו זאגט מען אים, אז דעמאלט איז יעדער מדידה והגבלה איז דאס פאר אים א מאסר א תורמה, איז בשעת ס'קומט א רגע פון גאולה און ער איז עושה רצונו של מקום איז אט דעמאלט ווערט ער,
¶55בלשון הרמב", די דעה און דער וואס ווייס דאס און די דעת איז 'כולא חד', אדער בלשון ווי ער זאגט אין 'מורה נבוכים' דער שכל און משכיל און מושקל ווערט דאס איין זאך, ווערט ער איין זאך מיט דער תורה וואס ער לערנט, וואס זי איז אין-סופית,
¶56ובלשון פון דעם בעל הגאולה דאס איז א ”יחוד נפלא שאין יחוד כמוהו” נמצא כלל, גאר ניטא אזא סארט התאחדות, ובעושה רגע בכח התורה קען ער פורץ גדר זיין, אפילו פון זיין רגילות, וואס ”הרגיל נעשה טבע” און פון זיין מדידה והגבלה,
¶57און אוועקשטעלן זיך אין אזא הנהגה בחיי יום יום, פון יו טעת כסלו אויף די ימים שלאחרי זה, ביז וואנענט אז דאס באלייכט די וועלט ארום אים, אפילו אט דעם חלק אין וועלט וואס דארט געפינען זיך מערניט ווי אינם-יהודים, מ'דארף דאך אבער פון זיי מאכן ”ועמדו זרים ורעו צאנם” וואס דאס איז דאך דער 'תכלית השלימות' שלהם,
¶58בדוגמא ווי ביי א אידן איז די 'תכלית השלימות' ”אני לא נבראתי אלא לשמש את” קוני על דרך זה ”והיו מלכים אומניך ושרותיהם מנקותיך” וואס דאס גייט דאך אויף די לעצטע טעג פון גלות, נאך קודם הגאולה.
¶59איז דורך וואס ווערט דאס אויפגעטאן?
¶60בשעת מ'זעט אז א איד שטייט ביד רמה, און ווי די התחלה פון אלע ד' חלקי שולחן-ערוך אין דעם ערשטן סימן און אין דעם ערשטן סיום פון דעם ערשטן סימן פון דעם ערשטן חלק פון שולחן-ערוך איז שוין דער כלל פון ”אל יבוש מפני המלעיגים”,
¶61און מ'זאגט גלייך אויף דערויף דעם טעם פארוואס קען מען ביישטיין דעם נסיון ווארום שויתי הוי' לנגדי שמים ער שטייט צוזאמען מיטן אויבערשטן,
¶62און אט דעמאלט איז ”במה נחשב הוא” די אלע מלעיגים וכו ווי פארשטאנדיק אויך פון דעם פסק דין וואס מ'זאגט, אז בשעת מ'שטייט בפני המלך און מ'רופט אן א שר, וואס ער איז א שר על פי התורה,
¶63מיט א תורה הכבוד של שר איז אט דעמאלט איז דאס א מרידה במלך, ביז וואנענט אז ער ווערט היפך המציאות, כידוע דער סיפור און דעם דין פון אורי' החיתי בהנוגע צו דוד המלך,
¶64על אחת כמה וכמה אז דאס טאר ביי אים ניט פועל זיין קיין תנועה פון בושה, וואס דאס זאל אים אפהאלטן פון עפעס-וואס גורע זיין אין אופן 'קיומי מצות' השם.
¶65און אט דא זאגט מען, אז דער ענין לערנט און גיט כח און איז מעודד און איז מבטיח, אז מ'איז זיכער מצליח זיין, אז בשעת ס'וועט זיין על יוברש מפני המלעיגים,
¶66מלעיגים פון בני ישראל איז נאך ניט אזוי דער קונץ וואס ער שעמט זיך ניט פאר זיי, דערפאר וואס זייער לאג איז דאך ניט מיט אן אמת, ווי דער רמב"ם פסק'נט אין הלכות גורש'ן, אז יעדער איד אין וואס פאר א מעמד ומצב ער זאל ניט זיין,
¶67אפילו ווען ער שרייט אז ער וויל ניט מקיים זיין רחמנא ליצלן ציווי הקב"ה, ברענגען א קרבן אדער געבן דעם גן, איז בשעת אבער כופה נותה עד שיאמר עצה אני און ער שרייט אז דאס איז כפיי' בשוטה מ'שלאגט אים,
¶68זאגט דער רמב אז דאס איז ניט אמת, דער אמת איז אז דאס איז זיין רצון, נאר וואס דען מ'האט מבטל געווען אט דאס וואס ס'האט אים גענויט וואס ”יצרו יתקפו” 'יצרו אנסו' ס'איז אבער דא די אמת"ע מלעיגים וואס זיי זיינען נברא געווארן כדי זיי זאלן מלעיק זיין,
¶69וואס דאס איז אומות העולם, ובלשון רשי פון דער פרשה וואס מ'האט ערשט געלייענט און געלערנט ערב יו תס כסלו, אז הלכה בידועה, אז עשו שונא ליעקב במילא זעט ער אים ענג-מאכן און ניט צולאזן אים מקיים-זיין מצוות אויף אלע-ערליי אופנים.
¶70און ווי מ'זעט דאך בפועל, ביי א מענטשן מצד טבע האדם איז להג איינע פון די שטארקסטע מיטלען אפשרעקן א מענטשן פון טאן א זאך, ”מה יאמרו הבריות”.
¶71ער ווייס, אז דאס איז מערניט ווי בריות, ווי דער אלטער רבי טייטשט דאס אפ, די איינציקע מעלה וואס זיי האבן אז זיי זיינען נברא געווארן על ידי הקב"ה מער קיין מעלות האבן זיי ניט, אף על פי כן איז בטבע האדם אז ער גיט א טראכט, נא יאמרו הבריות און ער דארף האבן א ציווי מפורש, אז ”אל ייבוש מפני המלעיגים”.
¶72וויבאלד אבער אז מ'האט אריינגעשטעלט דעם ציווי אין שולחן ערוך, וואס שולחן ערוך איז דאך א ”דבר השוה לכל נפש”, ביז צו א קטן שבקטנים פון אידן, ניט נאר א קטן בידיעה ובהבנה והשגה, אפילו א קטן אין יראת שמים איז דאך אויך פאר אים דער גאנצער שולחן ערוך בתקפו,
¶73ביז ווי דער רמב אים שרייבט באגרת שלו, הידוע אין אגרת תימן, אז אפילו ירבן בן נבט מאנט מען פון אים ער זאל מקיים זיין די מצוה פון נריב תבשילין וכיוצא בזה,
¶74על דרך זה ואדרבא, א יסוד אין 'לימוד התורה' וקיום מצוותי' ”אל יבוש מפני המלעיגים” זאגט מען דאס אן איז דערפון פארשטאנדיק, אז דאס איז בכח דורכצופירן יעדער מיט כל בני ישראל, פון ”ראשיכם שבטיכם” ביז ”חוטב עציך” ”ושואב מימיך”.
¶75וואס דאס איז אויך כולל, כאמור לעיל, אז ער פירט זיך אין אזא אופן מיט ”גאון יעקב” בכל עניניו, ניט שרעקן זיך ”מה יאמרו הבריות” וואס וועלן זאגן אומות העולם מיט וועלכע ער מוז קומען במשא ומתן,
¶76וויבאלד אז ער געפינט זיך נאך אין גלות און האט אויף זיך די הגבלות פון דינער די מלכותא דינא, ונתפללו אל שלום העיר, על דרך זה שלום המדינה וכו וכיוצא בזה,
¶77דארף ער דאך לכאורה מספיק זיין יהודי עליך משא"כ בצאתך דארט פירט ער זיך כימי הארץ, זאגט מען אים, אז ס'איז להבדיל בן קור לחושך איז דאס די זעלבע זאך,
¶78בן שער ”בן יום השביעי לששת ימי המעשה” די זעלבע זאך ווי להבדיל בין ישראל לעמים ואדרבא דוקא דורך דעם איז די וועג, אז מ'זאל איבערמאכן פון זייער לאג זאלן זיי ווערן ”מלכים אומניך ושרותיהם מניקותייך”.
¶79און די טענה וואס ער האט, אז דיו שיפקיע את עצמו און ער וועט ארבעטן עבודתו בסדר והדרגה, איז דאך ידוע אויף דערויף די הוראה אין ספרי מוסר און נאכמער בארוכה אין חסידות, אז במה דברים אמורים?
¶80אין שנים כתיקונם, אז ס'איז א רואויקע צייט און מ'האט זיך צייט אויף צו באטראכטן, און מ'ווייס וואס ס'וועט זיין מארגן, אדער על כל פנים וואס ס'וועט זיין אין א האלבע שעה ארום עכ"פ אין א רגע ארום, בשעת רחמנא ליצלן ברענט א שרופר זעט מען בטבע בני אדם אז ער שטעלט ניט אוועק א סדר, אז פריער גייט ער ארום זוכן אין שפלעד וואו ס'ליגט א דבר יקר,
¶81און דערנאך קומט אין א צווייטן שפלעד וואו ס'ליגט ניט אזא דבר יקר, אבער אויך א דבר חשוב, איז בטבע בני אדם ווי דער אויבערשטער האט אריינגעשטעלט אז ”ויקח מן הבא בידו” ווארום ס'ברענגט עס רופא איז גלייך א ”מצוה הבא לידע חל תחמצנה”, אפילו אז ער קען אויסשטעלן חשבונות,
¶82חשבונות בלתי אמיתיים, אפילו א חשבון צדק אז בשנים כתיקונם האט געדארפט זיין אן אנדער סדר קומט דאס ניט צו שעס חרום, און ס'קומט צו צו א שעה וואס דער אויבערשטער פארברענט, די לעצטע שיריים פון גלות, און וויל אז מ'זאל זיין ראוי צו ואתם תלוקטו לאחד אחד בית ישראל דורך דעם אויבערשטן אליין ווי רש"י זאגט,
¶83אז דער אויבערשטער נעמט יעדערן פאר'ן האנט און פירט אים ארויס פון גלות, מ'דארף אבער עפעס-וואס א הכנה דארף זיין מצידו אויך, איז יעדער זאך וואס ס'קומט לידו, און דא זאגט מען, אז ס'איז געקומען די צייט, אויף מקדש זיין שמו של הקב"ה זאל דאס אויך דערזען ניט-אידן, און דורך וואס איז דאס?
¶84דורך דערויף וואס ער וועט זיין יהודי בהלך יהודי בוצאתך ואדרבא מיט גיין יעקב און מיט דער גאנצער שטארקייט בהנוגע לשמו וללבושו וללשונו, די אלע ענינים וואס בזכותם יצאו מארץ מגלות מצרים ”ימי צאתך מארץ מצרים” און זיכער איז,
¶85אז מ'האט געגעבן כח, אז מ'זאל דאס קענען דורכפירן בשלימות, וכאמור לעיל דורכפירן דאס 'בשמחה ובטוב' לבב.
¶86וואס דאס וועט אויך מזרז זיין און מקדים זיין און ממהר זיין דעם קיום היעוד, אויף וואס ”כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות” בביאת משיח צדקנו,
¶87וואס דעמאלט וועט זיין אהפוך אל כל העמים ”כולם שפה אחת” ווי דער רמב"ם איז מאריך און ברענגט אויך אראפ די פסוקים אין הלכות מלכים ומלחמותיהם שלו אין סוף פרק יא און דאס ווערט גלייך נאך דערויף דער פרק יב", וואס ער איז מסיים,
¶88ו”מלאה הארץ דעה את הוי כמים לים מכסים” אז יעדער נברא וועט וויסן דעת בורא אויף וויפל א נברא קען דאס מפסיק זיין, ביז אין אן אופן ”כמים לים מכסים” בקרוב ממש בביאת משיח צדקנו.
¶89לחיים. וואס
¶90קען דאס פאראטן? ס'איז געווען? ס'איז געווען?
¶91ס'איז געווען? ווי דאס האט דאך גלאזן כדי אמירה וכך לי' נגעוועסן מהשעס ונוחה און דערנאך דאס איז אך אפטויקן.
¶92אבער דאס איז צו כהן גארן, וועט דאס ניט אייבער צווייטן.
¶93ס'איז געהאבן אים די גדולה. און ווי אזוי אין זיין קיין ווי שוין אז ס'איז על כל עתו זוי פקנצו.
¶94און אין שמה פרים שלסומות זאג ערשט
¶95ניט ארויסגעבן א חאט פארשטאנדיק, וואס דעמאלט איז דאך ווי?
¶96ניי? און ס'זייט דא דאך אמן און דא איז דאס א חיים זאגן
¶97אז ס'איז ווען שוין חינוך,
¶98אבער מתחנך זיך זיין די תוקט פון אביוות מכל העמליבן, וואס דעמאלט ראבן האבן זיין אויבער שוין בפועל, און אז ס'איז דא אים קלאר ניט דער חינוך אין זיעור,
¶99אז דארט זיך אויסלאגן, און ממילא כסל