English
ספרייה
kind
paragraph
order
QZ
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
זיין פרוי שטאמען זיך פון יעקב אבינו און פון זיינע פרויען, ובפרט נאך אז מ'איז זיך מתעסק און מ'פארנעמט זיך מיט פארשפרייטן יעקב'ס תורה און יעקב'ס אנווייזונגען צווישן אט די אלע מיט וועלכע מ'טרעפט זיך, און נאך מערער מ'נוצט אויס די מעגלעכקייטן וואס דער אויבערשטער האט אייש געגעבן און אונז געגעבן און יעדער אידן געגעבן, ווי געזאגט פ אין א ברייטער האנט און אן מדידות והגבלה, נוצט מען אויס, אז דאס זאל זיין אין דער פולסטער באנוצונג פון די אלע אידן ארום אים, על אחת כמה וכמה צו דער פולסטער באנוצונג פון די קהילות פון אידן, פון אידישע קאנגרגיישנז, ווי זיי ווערן דא אנגערופן, און פון אידישע קהילות און פון כלל ישראל, ובמיוחד אויף צוגרייטן כלל ישראל צו ביאת משיח צדקנו, וואס דאס איז דאך דורך דערויף וואס אידן גיבן צדקה, און גיבן צדקה סיי אלס א פרט אלס א יחיד און סיי אלס א משפחה און סיי אלס א קהילה און סיי אלס כלל ישראל, ווי מ'האט דאך געזען אויך לעצטנס ווי אזוי אידן האבן זיך אפגערופן, מיט א ברייטער האנט און מיט א פריילעכער הארץ ובסבר פנים יפות, ארויסהעלפן אונזערע ברידער און שוועסטער,
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים