עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

6 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1דער אויבערשטער דער שוין ומצליע זיין יעדער חודש פון די בעלי-בתים און יעדער עומם פון די שלוחים אין די אלע ענינים אין וועלכע מ'מוזק זיך, ובמיוחד, אז וויבאלד אז מ'איז זיכער אין די טעג פון חודש אדר, וואס רובם ככולם זיינען שוין דורכגעגאנגען, ושלשים יום לפני החג, איז מען דאך פארנעמטן זיך מיט מאות חטים וואס דאס איז אויך כולל אין זיך מאות חטאים בפשטות, ארויסהעלפן די וואס דארפן האבן צרכי החג, און מאות חטאים ברוחניות, אט די וואס ווייסן, זיינען ניט בקי אין די דינים פון פסח, זאל מען זיי בעוד מעוד מסביר זיין וועגן די דינים, און אויך אזוינע דינים וואס זיכער דארף מען באזארגן דאס מצד א צייט פאר דעם, ווי קויפן נייע כלים אדער טייבל זיין כלים וכיוצא בזה, און אויך באשטעלן כשר'ע מצות אדער כשר'ע שמורות, יעדערע ווי ער פירט זיך, און ס'זאל זיין, ווי דערמאנט פריער, אז ס'זאל זיין ווי מ'געפינט זיך איצטער אין דער פרשה

2פון ויקרא אז דער אויבערשטער רופט צו יעדער אידן, דורך משה רבינו וואס ס'איז דא אין יעדער אידן, רופט ער צו אים פון אוהו און מוד, וואס דאס איז דער ושכנתי בתוכם דער בית המקדש וואס ס'איז דא בא יעדער אידן בלבו פנימו, וואס דאס איז דער אמת'ער בתוכם. און אט דעמאלט ווערט אויך, אז ס'איז דא דער ויקרא בנוגע צו רוחניות, איז אויך דא דער ויקרא בנוגע צו גשמיות, אז מ'האט כל הצרכים הגשמיים, און ווי דערמאנט מערערע מאל, ס'זאל זיין גלייך פון ויקרא אל משה צו יעדער אידן, פון אוהל מוד פון זיין פנימיות הלב, ס'זאל זיין דערנאך אויך די פרשה צו, וואס פרשה צו איז דאך ווי רש'י טייטשט אפ, אז דאס איז פארבונדן מיט ממון מיט חסרון כס, אז דער אויבערשטער איז מזכה יעדער אידן און אלע אידן, אז מ'זאל האבן א סך געלט, און אויסנוצן די געלט אז ס'זאל זיין חסרון כס פארבונדן מיט צו את בני ישראל צוותא וחיבור, דורך דערויף וואס מ'גיט נאכמערער אויף ענינים של צדקה, און אויף ענינים וואס מ'דארף אריינפירן נאכמערער אידישקייט בא זיך אין הויז און

3די גוטע פריינץ וואס ארום זיך, אדער בא די צו וועלכע מ'האט א שליחות בהוספה צו די שליחות הכלליות פון יעדער אידן, וואס דאס איז דאך אני נבראתי לשמש את קוני האט מען אויך די שליחות מיוחדה אלס א שליח באופן פרטי, ובאופן כללי בהשגחה פרטית, אויף פארשפרייטן די ענינים פון פסח, וואס דאס איז דאך ברוחניות איז דאס כולל אז מ'ווערט באפרייט פון חמץ, אז מ'ווערט באפרייט פון דעם וואס ווערט אנגערופן בשם חמץ, און די אלערע שוות וואס ער האט, און מ'האט א כשר'ן און פריילעכן הכנות צו פסח, ובפרט נאך אז מ'געפינט זיך שוין אין ערב פון ראש-חודש ניסן, האט מען דאך אויך דעם אויבערשטנ'ס עזר, ביז אין אן אופן ניסי, ביז אין אן אופן וואס אין ניסן האט דאך צוויי נוני'ן, האט מען ניסי ניסים נעשה להם אויף מצליח זיין אין די שלוחים מיוחדים, און מצליח זיין אין די שליחות כללית פון יעדער אידן און פון אלע אידן, און ס'זאל זיין ווי דערמאנט פריער חסרון כס אז מ'האט א סך געלט, במילא איז דאס ווערט פון דעם סך ווערט באופן בינוני הייסט דאס

4חסרון כית, אף על פי וואס מ'האט הרחבה אין געלט און הרחבה אין הוצאות אין גשמיות און הוצאות אין רוחניות, און ס'ווערט דערנאך אויך גלייך ויהי פון פרשה צו אין פרשה פון שמיני, וואס שמיני איז דאך פארבונדן מיט גאולה, וואס גאולה האט דאך א שייכות מיוחדה צו ימי הפורים, וואס סמיכה איז גאולה הסמיכין גאולה לגאולה, און גלייך נאך דערויף איז די הכנות צו גאולה העתידה האמיתית והשלימה לגאולה על ידי משיח צדקנו. ועוד והוא העיקר, אז נאך אין די טעג פון אדר, און נאך אין די טעג וואס מ'האלט דאך ביום השלישי שהוכפל בו כי טוב, און מ'גייט אריין איצטערן יום הרביעי, וואס דעמאלט איז נתלו שני המאור, זאל זיין גלייך נתלו מיט א ת'זאל זיין גלייך דער אופן אז ס'ווערט דער מאיר הגדול און מאיר הקטן. וואס דאס איז דורך דער פעולה פון יעדער אידן אלס א מאיר הגדול און פון יעדער אידן אלס א מאיר הקטן, ווי גערעדט מערערע מאל,

5און דערנאך האט מען גלייך די פעולה ווי דאס איז געווען דעמאלט אין ויהי ביום השמיני, אז מ'האט געזאגט ויהי נועם הוי'עליכם וואס ס'זאל זיין תשרה שכינה כמעשה ידיכם, זאל אזוי זיין אז די שכינה זאל שורה זיין אויף יעדערן פון אייך און אויף יעדערן פון אונז, בתוך כלל ישראל, נאך אין ימי הגלות, אין מקום הגלות, פון אדר, ווי דערמאנט פריער, ובפרט נאך אז מ'שטייט דאך אין די טעג נאך פורים, און נאך שושן-פורים, און נאך דעם שבת און דעם זונטיק וואס זיי זיינען געווען נאך שושן-פורים, האט מען דאך ג'פעמים האוה חזקה און ג'ימים האוה חזקה, אז מ'זאל ניט דארפן ווארטן ביז דעם שבת הבא, און מ'זאל גלייך האבן גאולה האמיתית והשלימה נאך אין דעם סיום פון יום השלישי שהוכפל בו כי טוב פון פרשה ויקרא פון שנת טה'שנת ארנו נפלאות, און מ'זאל דערנאך ממשיך זיין אין די אלע ענינים נאך אין סיום פון יום השלישי, און די התחלה פון יום הרביעי,

6ווי מ'זאגט גלייך נאך תפילת ערבית, און ווי געזאגט פריער נאך תפילת מנחה, אז אך צדיקים ידעו לשמך ישבו ישרים את פניך בבית המקדש השלישי, תיכף ומיד ממש, ולא עיקבן אפילו כהרף עין, ובנערינו וזקנינו ובבנינו ובבנותינו, סיי די שלוחים הכלליים און סיי די שלוחים המיוחדים והפרטים געפינט מען זיך אין מענני שמיא וארצנו הקדושה, און דארטן אין ירושלים עיר הקודש, און דארטן גופא בבית המקדש, ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים, וואס מ'וועט מקריב זיין דעם קרבן פסח און די קרבנות לפני זה, בבית המקדש השלישי, ומשה ואהרן עמהם, מיט די אלע ענינים וואס האבן דערצו א שייכות, און ווי געזאגט פריער, אז תשרות שכינה במעשה ידינו ובמעשה ידיכם, ותיכף ומיד ממש.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions