עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

58 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1איז דאך כמדובר

2כמה פעמים 'פותחין בברכה', מיט א ברכה פון ברכת פון ראש חודש, וואס מ'האט דאך ערשט דאך געזאגט ”יעלה ויבוא” ”ראש החודש הזה” אין תפילת מעריב,

3ובמילא הויבט זיך דאס אן דערנאך דער גאנצער מתלת אזוי, וואס די תחילתו ווערט דאך ווי ביי אלע ענינים בא אידן, דורך דערויף וואס מ'פארבינדט זיך מיטן אויבערשטן, ביז מיט אן אופן וואס דאס ווערט אן ענין של תפילה והתחברות, אן ענין של טפל, ביז טפל ממש, ווי דער ענין פון תפילה איז דאך ”כעבדא קמי מרי,"'”

4און מ'הויבט אן דערביי גלייך מיט דער הכרזה אז דאס איז אן ענין פון ראש חודש, אז דאס הויבט זיך אן אן אנהויבס און א קאפ, ווי כמדובר אין חסידות די הדגשה בזה,

5אז דאס איז דער ענין און דער לשון פון ראש וואס דאס איז כולל אין זיך אלע אברים, אפילו ווי דערנאך ווי ער שטייט במקומו, איז לכתחילתו איז דאך ווי ער שטייט אין דעם ראש,

6וואס אזוי איז דאס אויך ווי דאס קומט דערנאך אראפ אין זמן איז דאס אויך אין זמן די רגעים הראשונים פון די בית לית פון ראש-חודש, און דערנאך ווערט דאס נמשך אין דעם כל החודש כולו,

7וואס אזוי איז דאך דאס אין יעדער ראש-חודש, על אחת כמה וכמה אז ס'איז דא א חודש וואס טיילט זיך אויס אין כמה ענינים פון לגבי אנדערע חדשים,

8דאך אויך פארשטאנדיק, אז ס'קומט אט דער ראש-חודש איז אט דעמאלט שטייט נאכמער בהדגשה די אויסגעטיילטקייט, כולל אויך דער ”פותחין בברכה” שלו אין אן אופן הכי חדש,

9לגבי אנדערע חדשים, אפילו פון דעם יאר, על אחת כמה וכמה פון די יארן וואס זיי זיינען שוין דורכגעגאנגען, וואס דאס איז דאך שוין אין עבר, ושאין כאין א איד איז דאך עיקר ענינו איז דאך דער ענין פון הוה,

10אויף צו טאן ענינים של מעשה בפועל ובהוה, וואס ”המעשה הוא העיקר”, און ניט דער ענין פון זכרון וואס מ'דערמאנט דאך וואס ס'איז געווען בעבר ”והימים האלו נזכרים ונעשים” אפילו ווען דער נזכרים מיטן גאנצן שטורעם איז אויך אויך דער נעשים מיטן גאנצן שטורעם קומט דאס ניט צו ”המעשה הוא העיקר” ווען דאס איז מעשה בפועל,

11אז דאס איז דער ראש חודש בעצמו.

12וואס אזוי איז, ”כאמור, אפילו אין” דעם יאר, על אחת כמה וכמה די יארן שלפני זה, על אחת כמה וכמה די יארן וואס וועלן ערשט אנקומען, איז דאך אט דעמאלט נאך אלץ ניט געקומען בפועל,

13און א איד איז דאך ענינו, כאמור לעיל, ”המעשה הוא העיקר”, אז ניט דאס וואס ער פארלאזט זיך, ער גיט הבטחות אויפן עתיד, און מאכט החלטות טובות אויפן עתיד, מיטן גאנצן שטורעם און מיטן גאנצן התלהבות וואס איז פארבונדן דערמיט, דאס אלץ קומט ניט צו דעם ענין פון דער מעשה בפועל, וואס דאס איז די מעשה בשעת מעשה, אם באמת לעת עצמו,

14און אין דעם מעת לעת עצמו איז דאך אויך פארשטאנדיק, אז בשעת מ'האלט אין דעם אנהויבס און אין דער פתיחה פון דעם מעת לעת, איז דאס אט דעמאלט נאך מיט מער ”ביתר שאת וביתר עוז”, וויבאלד אז דעמאלט עפנט מען אויף, ווי דער לשון פון פתיחה איז דאך, אז מ'עפנט אויף א נייע זאך, וואס קיינמאל ניט געווען באופן כזה,

15און דאס שטעלט דערנאך אוועק דעם גאנצן אופן העבודה, אנהויבנדיק פון מעשה הוא העיקר, ווי ס'גייט דערנאך אוועק אין דעם חודש, ביז אויך אין דעם זעלבן טאג, ביז אפילו אין דער זעלבער נאכט איז דאך אויך אינו דומה התחלת הלילה והתחלת הענין, די פתיחה ממש, ווי די רגעים וואס קומען לאחרי זה.

16וואס דאס איז כאמור אין יעדער בכל השנים האט אין זיך די מעלות וואס כסלו האט.

17אף על פי כן איז דאך פארשטאנדיק, אז בשעת ס'קומט א נייער כסלו האט ער אויך א נייע מעלה, פארבונדן דוקא מיט אט דעם כסלו.

18וואס דאס איז אויך בהנוגע צו ראש-חודש כסלו זה, אז דאס איז אין שנת המאסיים פון די לידן פון דעם צמח צדק, וואס ער איז דאך נולד אין שנת תקמ"ט,

19וואס דאס איז מסיים שנה און דערנאך שטעלט דאס אזוי אוועק דעם גאנצן יאר, המסיים לך שלמה, כמדובר בארוכה בתחילת השנה.

20על דרך זה אויך אין דעם שנה עצמה איז דאך אויך דא דער אויסנאם, וואס דאס איז שנת העיבור, ”שנה תמימה”, מיטן גאנצן שטורעם וואס תמימות גיט ארויס, ביז וואנענט תמימות?

21אין דער תמימות עצמם, וואס אינו דומה צו די ”שנה תמימה” שנת העיבור וואס איז געווען שנים לפני זה, ובפרט נאך אויך, אז בפשטות איז דאס א שנת העיבור וואס איז פארבונדן מיט צוויי הונדערט יאר פון לידעת הצמח צדק ס'האט דאך א שייכות מיוחדה צו ענין התורה,

22וואס דער עיקר תורה שבעל פה, וואס אין דערויף זעט זיך דאך אן דער אויפטו פון א אידן מערער ווי אין תורה שבכתב, אויף וויפל מ'קען זאגן דער אויפטו פון א אידן, וואס דאס איז דאך אויך במיוחד אין תורה שבעל פה און אין בעל פה עצמו, א זאך וואס איז פארבונדן מיט די תמימות פון א אידן,

23וואס זי איז דאך פארבונדן מיט די פנימיות שלו, וואס דאס איז דאך כמדובר בשנה זו דוקא, איז דאס אויך בשעת ס'איז פארבונדן מיט 'פנימיות התורה', וואס דאס איז דאך דער ענין פון צמח צדק, וואס כמדובר בארוכה כמה פעמים במשך השנה,

24איז זיין אויפטו איז, אז בשעת מ'דערמאנט דעם צמח צדק, איז דאס צום אלעם ערשטן, וואס ס'רעדט זיך וועגן צדיקים, איז ”אנא נפשי כתבית יהבית” היטן א קוק וואס איז דער אויפטו אין זיין תורה, זעט מען אז אין זיין אויפטו, אפילו לגבי די רביים נשיאים שלפניו ועד"ז נשיאים שלאחריו,

25איז אט דאס אז בשעת מ'זאגט דעם צמח צדק קומט גלייך ארויס בגלוי ובהדגשה אז בא אים קומט דאס אלס א דבר תמים דער ענין פון נגלה דתורה און 'פנימיות התורה', וואס אע"פ וואס אנהויבנדיק פון דעם אלטן רבי'ן, איז דאך געווען ביידע ענינים, 'שני אור', סיי נגלה דתורה סיי 'פנימיות התורה', כמדובר כמה פעמים ער זאל שטיין אין אזא מין אופן אלס א דבר תמים,

26ביידע ענינים, די 'שני אור', שטיין איין און איינציקע מציאות אין אן אופן פון תמימות געפינט מען דאס בגלוי ובהדגשה, על כל פנים, ביי אנשים כערכנו ולרוב הדור,

27אחוץ צי ”יחידי סגולה האבן” זיך זייערע חשבונות מיט זייער עבודה וכו איז דאך בא זיי דער עיקר וואס ס'שטייט גלייך בגלוי, אז ביי אים שטייט דאס אלס א דבר עמים", דער 'פנימיות התורה' און נגלה דתורה, כמדובר כמה פעמים, ווי מ'זעט דאס אויך בפשטות בתורתו.

28וואס בתורה בהנוגע צו אידן בכלל און צו נשיאים במיוחד, און נשיאי חב ד נאכמער במיוחד, איז דאך פארשטאנדיק, אז דארט איז נוגע, אז דאס זאל זיין מאסטאנדיק סיי די נגלה דתורה אין אן אופן פון התפרנסון מיני לויט 'פנימיות התורה',

29סיי די 'פנימיות התורה' לויט נגלה דתורה, וואס דאס שטייט בהדגשה במיוחד, ס'איז דא אין איינצולנע דרושים תיכער ביים אלטן רבי'ן און בא שאר הנשיאים, זאל שטיין אזוי אין כמה און א ריבוי דרושים וכמה וכמה דרושים געפינט מען דאס ביים צמח צדק, וכמדובר אין אן אופן אז מיני איז תרנסון,

30אז אפילו אנשים כערכנו, איז בשעת מ'לערנט זיינע מאמרים, ווערט בא זיי 'יתפרנסון מיני'' דער לערנען אפילו פון אנשים כערכנו, ביז וואנענט דאס ווערט א ”יחוד נפלא”, כמדובר כמה פעמים במשך השנה בפרט ווי ער זאגט אין תנא אז דאס איז א ”יחוד נפלא שאין כמוהו” נמצא כלל.

31וואס דאס האט זיך אויך א שייכות מיוחדה צו דעם ענין פון תמימות, ביז צו תמימות בתכלית השלימות, ובפרט נאך אויך תמימות וואס איז פארבונדן, כמדובר,

32מיט 'פנימיות התורה', וואס דארטן שטייט אין אין דער 'פנימיות התורה', אויך די תמימות שלה, אין אן אופן וואס נעמט ארום, כמדובר לעיל, אין יעדער חלק פון 'פנימיות התורה',

33וואס דארט איז דאך אויך דא בפרטיות דער חילוק אויף אלע חלקים פון תורה, ווי זיי שטייען בכל חלק שבה בהתחלקות, און ווי זיי שטייען אלע צוזאמען, איז זאל שטיין אין אזא מין תמימות שטייט דאס במיוחד אין תורה פון צמח צדק,

34וואס כמדובר איז מסיים לך שלמה איז דאס דער ענין וואס היינטיקער יאר איז דאס 'ביתר שאת' וביתר הדגשה.

35און אויך ווי דערמאנט פריער, א חסידישער חודש דארף מען דאך ניט האבן קיין הסברה, בפרט נאך בדורנו זה, אז ס'איז צוגעקומען כמה ענינים אין חודש כסלו וואס איז פארבונדן מיט 'פנימיות התורה', און זיינען ארויס בגלוי, כמובן וגם פשוט,

36עאכו"כ אז דאס איז אויך מובן צו אנשים, נשים, אפילו צו טף, אז מ'זאגט צו א קינד וואס האדעוועט זיך אין א חסיד'ישער הויז וועגן חודש כסלו כאפט ער זיך גלייך אז דאס איז פארבונדן מיט חסידות בכלל, וואס איז דאך די הסתלקות

37פון מעזריטשער מגיד וואס דעמאלט איז אויך דער ענין פארבונדן מיט 'פנימיות התורה' איז דאך אויך אין חודש כסלו, און אויך פארבונדן אויך אין זעלבן טאג יו טס כסלו פון ”יפוצו מעינותיך חוצה” וואס האט זיך אויך אנגעהויבן נאך יו טס כסלו, כידוע די שיחה הידועה פון דעם רבי'ן נשמתו עדן, איבערגעגעבן דורך נשיא דורנו,

38עד"ז אויך בכמה וכמה ענינים וואס "תן לחכם ויחכם עוד", איז זיכער יעדערע קען געפינען נאך כמה וכמה דוגמאות.

39מערניט ווי מדגיש זיין אז ”המעשה הוא העיקר” זאל מען גלייך מאכן די החלטות טובות, און איינע פון זיי גלייך אנהויבן אויך בפועל וועגן לערנען ברבים א ענין אין 'פנימיות התורה', וואס איז פארבונדן אויך מיט נגלה דתורה, אנהויבנדיק פון 'פנימיות התורה' ווי דאס שטייט אין צוואת הרבש,

40אין דעם בעשמטות הענין בפרט נאך אז דארט איז דאך גלייך דא די התחלה פון שואביתי ”הוי' לנגדי תמיד”, און אויך די התחלה פון 'עבודה תמה', וואס דאס איז דאך די התחלה אין דער צוואה עצמה, וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן מיט די ”שנה תמימה”, כמדובר כמה פעמים.

41על דרך זה אויך משלף זיין, על כל פנים א ווארט, פון דעם מגיד, און דערנאך אויך פון דעם אלטן רבי'ן, ועד' ז' ”מי שיש ביכלתו” אויך פון כל הנשיאים,

42אבער עכ"פ פון אט די דריי, און דערנאך גלייך דערנאך במשך החודש כולו זאל מען אויסשטעלן כמה וכמה ענינים, און נאך דערויף ווי מ'וועט דאס אויסשטעלן איצטער זאל מען דערנאך נאך מוסיף זיין, וויבאלד אז מ'דארף להעלות ”בקודש במשך החודש” נאך מוסיף זיין בזה,

43עאכו"כ אז ס'האט דאך אויך די טעג פון 'פנימיות התורה' שמן וואס איז פארבונדן מיט ימי החנוכה, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט 'פנימיות התורה', כמדובר כמה פעמים.

44און דאס איז דער סיום וחותם פון חודש כסלו, און נעמט דאס אויך אריבער און מאכט דערפון אז ער איז אין דער ראש-חודש פון חודש טבת, פון כמה ימים אין חודש טבת עצמו.

45וכמדובר, יש להוסיף בזה כמה וכמה ענינים.

46ועיקר כמדובר, אז ס'זאל זיין גלייך די התחלה, נאך היינט ביינאכט, ועל דרך זה אט דארט וואו מ'הערט דאס, און ס'איז נאך פאר פאר ראש חודש כסלו, איז אויך אן אחריות אז מ'וועט מאכן א התחלה נאך פאר ראש חודש כסלו, וויבאלד אז ס'איז שוין דארט שוין איין ענין פארבונדן מיט ערב ראש חודש כסלו,

47עאכו' כמה דארט וואו מ'האלט שוין לאחרי התחלה פון ראש חודש כסלו, איז דאך זיכער דער זמן המתאים אז מ'זאל אויך גלייך טאן א ענין וואס איז פארבונדן מיט מעשה בפועל,

48דערנאך ואין הוא העיקר אז ס'זאל ארויס אין מעשה בפועל במשך פון כל החודש כולו מזמן לזמן, בכל מקום ומקום לפי ענינו ולפי טבע האנשים וואס געפינען זיך דארטן, אדער די מוזות וואס געפינען זיך דארטן וכיוצא בזה.

49און דערנאך איז דאך אויך, ביי א איד האט זיך בטבע אז ער וויל אלעמאל מוסיף זיין מדילי ווארום אזוי איז ער דאך באשאפן געווארן אז ער זאל זיין א ענין וואס ענינו איז דאך אז ס'זאל זיין דוקא ער זאל זיין דער מוסיף ע"ד ביז 'מאין ליש' שותף לקב"ה במעשה בראשית, כמדובר לעיל.

50ויש להוסיף בזה וכמה וכמה וואס יעדערער האט אליין אויסגעפינען און דער וואס האט אויסגעפינען נאכמערער און נאך בעסער, תבוא עליו ברכה, און ער וועט דאס אויך איבערגעבן אש את אחיו און את אחיו וכו', און מעורר זיין אויך אנדערערן מ'זאל האלטן אין איין הלוך והוסיף, ביז וואנענט ס'וועט ניט עוסף ווערן די לעצטע נקודה פון

51הפעולות, וואס דאס איז די פעולה פון גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן מיט חודש כסלו, און פארבונדן מיט 'פנימיות התורה',

52און פארבונדן מיט די אלע ענינים וואס מ'דערמאנט פריער, ובפרט אז מ'וועט זיך אויך מסיים זיין מיט מאכן א שליחות אויף פאנאנדערטיילן אויף צדקה, כפליים לתושי ועל דרך זה וועלן אויך טאן אין די ערטער וואס דאס ווערט געהערט אדער מ'וועט דאס דארטן איבערגעבן, אויף מאכן יעדערן וואס מ'קען געפינען, אן קיין אונטערשייד אין וועלכן הוא איז ער האט זיך געהאדעוועט, אדער אין וועלכן מוסד ער האט געלערנט,

53איז וויבאלד אז ער איז א בן ”אברהם יצחק ויעקב ובת שרה רבקה רחל ולאה”, איז א זיכערע זאך אז בזמן הזה איז צו אלעמען שייכות דער ענין פון ”יפוצו מעינותיך חוצה"”, עאכו"כ אז צו אלעמען איז שייכות, וויבאלד אז מ'שרייט אדמתי ס'איז א זיכערע זאך אז ס'וועט זיין כלו כל הקיצין און ס'איז שוין לאנג געדארפט זיין די גאולה האמיתית והשלימה,

54ואין ”אתנו יודע עד מה” פארוואס ס'האלט זיך אפ נאך אט די פאר רגעים שהאט שוין געדארפט זיין מיט א רגע לפני זה, ואין להאריך אין ענינים פון שאלות וכו' ודיבור, בשעת מ'קען גלייך אריבערגיין אין א ענין של מעשה בפועל.

55מיט א ענין של שמחה, און דערנאך מסיים זיין איידער מ'וועט זיך פאנאנדערגיין מיט ”פדה בשלום נפשי מקרב לי כי ברבים היו עמדי”, ווי ער איז מסיים און מבאר אין ”פדה בשלום” נפשי פון דער מיטעלער רבי'ן, אז ס'ווערט די גאולה אין אזא מין אופן אז ס'איז גאר ניטא קיין מציאות פון התנגדות און קיין מציאות פון מלחמה,

56עאכו"כ און ס'איז דא כולי טוב בטוב הנראה והנגלה, און צוזאמען דערמיט פנימיות הטוב, ביז דער טוב שאין למעלה יימנו, און ס'קומט אראפ בגלוי למטה דא, אין תחתונים ”שאין למטה מהם”, עאכו' כמה וכמה אז ס'קומט אראפ די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.

57די מאיק

58איז אן!

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions