English
ספרייה
kind
paragraph
order
R7
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אז בא זיי איינער פון די פרינציפים און פון די יסודות איז, אז יעדער זאך וואס מ'איז מבטיח א צווייטן, ווי ס'זאל ניט זיין, ס'איז דא א געשריבענער פאפיר אדער ניט קיין געשריבענער פאפיר איז ער עומד בדיבורו, און ווייס אז א דיבור פון א מענטשן פון צוטרוי איז דאס פונקט ווי ער האט אויף דערויף דאס צוגעזאגט און מבטיח געווען, און ס'איז א זיכערע זאך אז ער טוט דא� און נאכמערער ער טוט דאס בשמחה וטוב לבב, ניט דערפאר וואס מ'מאנט ביי אים און מ'טומלט אים און מ'בדר'ט אים, נאר ער טוט דאס פון זיך אליין, און דערנאך בלייבט דאס אויך גלייך באצאלט, ווי יעדער גוטע זאך האט דאך דער אויבערשטער איינגעארדנט אין וועלט, אז סוף-סוף, בשעת מ'טוט א גוטע זאך, איז אף על פי וואס אמאל פארהאלט זיך דער שכר דער אפצאל דערפא� און דער שכר רוחני, אבער סוף-סוף קומט ארויס דער שכר במילואו, און דאס גיט-צו יעדער גבירה און אלע גבירן, ובפרט אז זיי קלייבן זיך צוזאמען, אז צום אלעם ערשטן זאלן אויסנוצן דעם צוזאמענקלייבן זיך פאר א טובה ניט נאר זיך און די אייגענע שותפים, נאר פאר א טובה פאר אלע אידן, ביז פארן גאנצן אידישן פאלק, און אויסנוצן דאס, ווי געזאגט, ניט דערפאר וואס מ'ו
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים