עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

9 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1ווי דערמאנט פריער, איז יעדער ענין איז דאך פארבונדן מיט תורה, אסתכל באורייתא וברא עלמא און ווי מ'זאגט דערנאך אין זהר, אז סוף הקב'ה אסתכל באורייתא וברא עלמא אזוי איז א בר-נאש, א איד, איז עתיד בתורה איז ער קיים, עלמא ברענגט ער אריין א נייעם קיל און א נייעם חיות, ווי מ'זאגט אויך אין דעם לשון שהחיינו וקיימנו וגיאנו לזמן הזה, ובפרט אין אן אופן ווי דערמאנט פריער, אז מ'געפינט זיך אין יום שהוכפל בו כי טוב, וואס דאס איז ביום השלישי, און די לעצטע טעג פון חודש אדר, וואס משנכנס אדר איז מרבין בשמחה על אחת כמה וכמה מ'האלט שוין נאך חצי אדר, און אין חצי אדר עצמו, האלט מען שוין כ'ג' אדר און כ'ד' אדר, און דערנאך שטייט מען ערב פון פרשת החודש נאך דערויף ווי מ'האט שוין געהאט די אלע פרשיות לפני זה, און איצטער קומט די פרשה וואס זי איז א חודש הזה לכם וואס איז אויך פארבונדן מיט גאולה האמיתית והשלימה, וואס זי איז דאך כימי צאתך מרץ מצרים אראנו נפלא

2לעת לעתיד לבוא, איז דאך כימי צאתך מארץ מצרים פארבונדן במיוחד מיט א חודש הזה לכם, וואס גלייך נאך דערויף קומט דאך דער המשך בהנוגע פון צאתך מארץ מצרים די דינים פארבונדן מיט קרבן פסח. און ס'זאל זיין אין די אלע ענינים אין אן אופן פון ויקחיל פקודו אז יעדער איד בתוך כל ישראל, און מערער אידן, ביז אלע אידן, זאלן צוזאמענקלייבן יעדערער פון זיי און אלע פון זיי די ניצוצי קדושה וואס געהערן צו זיי און וואס געהערן צו די אידן ארום זיי, ביז אין אן אופן פון ויקחיל ווי ס'איז געווען על ידי משה רבינו בימים ההם וועגן וועלכע ס'רעדט זיך אין פשוטו של מקרא פון דעם פסוק, על דרך זה דורך דעם משה'ן וואס געפינט זיך אין יעדער אידן, ווי דער אלטער רבי איז מבאר בארוכה אין תניא, און עס פועל'ט ביי אים, ביז אין ענינים פון מעשה בפועל, פועל פעולתו, ביז בקרב הארץ, און דאס זאל זיין אין אן אופן פון פקודו, על דרך ווי מ'זאגט אז פקודו איז דאך פארבונדן מיט ונפקדת כי הפקיד משביך אז

3מ'האלט דאך דאס אין סוף פון חודש, וואס אט דעמאלט ווערט נענטער, צו יפקד מושביך, ווערט נאך פאר דערויף דער ענין פון ונפקדתא וואס דער עצם ותכלית און שלימות פון ונפקדתא איז דאך, דער ונפקדתא וואס איז פארבונדן מיט גאולה האמיתית והשלימה, וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן מיט ויקרא אל משה, קומט גלייך נאך די פרשה פון ויקהל פקודו, וואס זי איז דאך אין קביעות פון היינטיקן יאר, איז זי דאך אן איין און איינציקע פרשה, ווי מ'זעט דאך אז מ'הויבט אן רביעי אין ויקהל, און מ'איז מסיים דעם זעלבן רביעי מיט דער זעלבער ברכה ראשונה מיט דער זעלבער ברכה אחרונה אויך פאר ויקהל אויך אין די פסוקים פון פקודו, ועוד והוא העיקר, אז ס'זאל זיין כאמור דער ונפקדתא ווי ס'איז דעמאלט געווען, ס'זאל אויך זיין און דערנאך אויך מסיים, וואס דארטן רעדט זיך דאך וועגן דעם ענין פון דוד המלך, וכמדובר כמה פעמים, ובפרט נאך ווען יעדער איד איז מקיים זיין שליחות בעלמא דין, וואס דאס איז דאך די שליחות פון יעדער אידן, אז

4נין יבראתי לשמש את קוני. וכמדובר כמה פעמים בארוכה, אז על דרך ווי התורה בכלל איז כללות ופרטות איתמר, על דרך זה אויך איז דא ווי אזוי דער גאנצער אידישער פאלק איז א שליח אויף לעשות לו יתברך בתחתונים און אזוי איז אויך פון דעם פאלק, יעדערער פון דעם פאלק, ביז אז כל אחד ואחד אויף וועלכן ס'גייט דער פקודו, גייט דאך דאס אויף יעדער אידן און אויף אלע אידן, זאל ער אויך מקיים זיין די שליחותו אלס א איש פרטי, אדער א פרוי אלס א אשה פרטית, ועל דרך זה אויך בנוגע צו קינדער, איז א קליין קינד, ווען ער מאכט א ברכת שהכל נהי'בדברו אויף א טרונק-וואסע, אדער אפילו נאך גלייך ווי ער איז געבארן געווארן און מ'האט דעם שיר המעלות בחדרו, אדער אין בית הרפואה וואו די יולדות געפינט זיך איז ער דאך מקיים דערויף די שליחותו אויף ברענגען די שליחות פון דעם אויבערשטן, ברענגען דאס אין דעם חדר אין בית הרפואה אדער אין דעם חדר הילדות, אדער אין דעם חדר פון דעם קליין קינד וכיוצא בזה, און די גרעסע עלטערע קינדער,

5און כיוצא בזה אין יעדער אידן וואס נער ישראל ואוהבוהו אז יעדער איד זאגט אויף אים דער אויבערשטער אז ער איז א נער, און דערפאר איז ואוהבוהו כמבואר בארוכה אין די ספרים פון דעם מזריטשער מגיד, און על דרך זה ביאור אין די מאמרים פון צמח צדק, וואס היינטיקן יאר איז דאך נתמלא געווארן מאתיים שנה, כמדובר כמה פעמים במשך השנה, ועוד והוא העיקר, אז מ'זאל אויסנוצן די צייט וואס מ'האט נאך אין חודש אדר, אויף ממשיך זיין בהוספה און מוסיף זיין בזה, די התוועדויות וואס זיינען פארבונדן מיט התוועדויות פון פורים, ביז אין אן אופן פון נאך שמחה עד דלא ידע. און דערפון זאל זיין דער מסמך גאולת פורים לגאולה, ביז צו די גאולה האמיתית והשלימה, נאך אין די טעג פון חודש אדר, ובפרט נאך אז מ'געפינט זיך פאר פרשת החודש,

6מ'האט שוין אבער געהאט די סקימל פרשיות שלפני זה, כמדובר כמה פעמים, כולל ביז די שבת שלפני זה, וואס אין מפסיקין צווישן פרשה פרה און פרשה החודש, און פרשה פרה איז דאס פארבונדן מיט די פרה העשירית, אין וועלכע מ'גיט אריין אויך פון דעם אופן פון פרה ראשונה, וואס נעשה ועל ידי אליעזר הכהן, וועל ידי משה רבינו, און מ'זאל האבן די אלע ענינים פון העשירי יהי'קודש, דורך דערויף וואס מ'וועט האבן די ענינים פון יעדער איד בעניניו וועט ער מאכן פון יעדער ענין אן ענין פון עשירי, און דעם עשירי וועט ער מאכן יהי'קודש, און ס'וועט זיין דער מרבין בשמחה נאך אין חודש, אדער כמוזכר לעיל, לויט דעם נתינת כח פון תורה שבעל פה, וואס חמורים דברי סופרים און ערבים דברי סופרים, וואס מ'האט אנגעזאגט, אז משנכנס איז מרבין על אחת כמה וכמה כמוזכר לעיל, אז מ'האלט שוין נאך דעם קיימא סיהרא באשלמותא

7ימי פורים, און דער עיקר שושן פורים, וואס ער איז דאך דער פופצנטער טאג אין חודש, און גלייך נאך דערויף קומט דער יום השלישי שהוכפל בו כי טוב, דריי טעג נאכאנאנד פורים און שושן פורים און קיימא סיהרא באשלמותא, און ואידע מ'האט אויך והוא העיקר, אז ס'ווערט מקויים, אז די וואס זיינען דומים ללבנה און מונין ללבנה, איז דאך יעדער איד, האנשים והנשים והטף, זאל מקוים ווערן אין יעדערן פון זיי אויף די עצידים להתחדש כמותה, ניט ווארטנדיק אויף דער חידוש הלבנה ביי יום השלישי פון ראש-חודש ניסן זאל שוין זיין להתחדש כמותה ווי ס'איז געווען דער חידוש הלבנה פון חודש אדער שלפני זה, אנגעהויבן דער משנכנס אדר גלייך בראש חודש איז שוין מרבין בשמחה, והולך והוסיף אין דעם מרבין בשמחה עצמו ווערט אלץ מערער מרבין, ביז וואנענט אז ס'דארף דאך זיין מרבין אפילו בערך פון א טאג לפני זה, על אחת כמה וכמה אז מ'האלט שוין אין יום כ'ג'און כ'ד'בחודש,

8וואס דעמאלט האט מען דאך שוין די כ'ד' פעמים פון מרבן בשמחה, וואס דאס איז דאך אויך דער ענין פון ותמתי קדקי שמשותיך צוויי מאל כ'ד, און פארבונדן ווי אין דער נבואה שבזה, דוקא מיט גאולה האמיתית והשלימה, ושארייך לאוונא אגדך לעוד והוא העיקר, אז מ'זאל האבן, כמדובר לעיל, די כד פעמים פון מרבין בשמחה, זאל גלייך נאך אין דעם יום כד, און נאך איידער מ'דאוועט מעריב פון יום כד זאל מען שוין האבן דעם ענין פון מרבין בשמחה הכי אמיתית והכי עיקרית, די שמחה פון גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, דוד מלכא משיחא, ותוקף ומיד ממש, אין סיום פון כ'ג' און אנהויבס פון כ'ד, און ס'זאל זיין די תפילת מעריב צוזאמען מיט משיח צדקנו, בתוקף ומיד ממש, נאך איידער מ'טוט אן דעם גארטל אדער מ'גרייט זיך צו אנטאן דעם גארטל, און נעמען דעם סידור וכיוצא בזה, האט מען שוין די פרה השירה

9די הכנה צו די פרעה העשירית, און די הכנה צו גאולה האמיתית והשלימה, וואס בעצם איז זי שוין אנגעגאנגען מיט די הכנה, ונשיא דורנו איז דאס מסביר אז מ'האט שוין אויך צוגעפוסט די קנעפלאך, במילא האט מען די אלע ענינים אין אן אופן פון קד-קד, וואס דאס איז דאך אויך פון צופוסטן די קנעפלאך, כמדובר כמה פעמים. ועוד והוא העיקר, אז מ'איז מסיים דעם כ'ג'באדר מיט דעם ענין פון גאולה האמיתית והשלימה, און מ'גרייט זיך צו דאווענען מעריב פון דעם מעריב פון כ'ד אדר, שנת ה'אלפים תשנון, היו תהי שנת ניסים און שנת נס העיקרי, דער נס פון גאולה האמיתית והשלימה תיכף ומיד ממש, ולא עיכבם אפילו כהרף עין, און מ'איז מרבה בשמחה, צוזאמען מיט משיח צדקנו.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions