English
ספרייה
kind
paragraph
order
4H
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
פון דעם אויבערשטנ'ס תורה, און אן ארט וואו מ'איז אויך מחליט אויף טאן מעשים טובים, און ניט נאר מחליט נאר כמה מעשים טובים ווערן אפגעטאן אין דעם ארט, ווי דאס איז בהנוגע צו דעם ארט וואו מ'געפינען זיך איצטער, וואס דאס איז דאך א בית הכנסת און א בית המדרש און א בית וואס מ'טוט דארט ענינים פון תורה, בשיעורים אין תורה, און א בית הכנסת וואו מ'איז מתפלל צו דעם אויבערשטן, און א בית וואס מ'גיט דארט פארשידענע ערלי-צדקות, און מ'מאכט דארטן אויך אסיפות און החלטות טובות וועגן טאן אין תורה ומעשים טובים, און אין הפצת התורה והיהדות אין אנדערע ערטער, ביז אין כל העולם כולו, י, ובפרט נאך אז דאס איז דאך א בית הכנסת און בית המדרש פון א נשיא דורנו, פון דעם רבי'ן דעם שווער, וואס ער איז דאך געווען דער נשיא פון אלע אידן בכל מקום שהם, ווי גערעדט שוין מערערע מאל, און אין קדושה זזה ממקומה, אז בשעת דער אויבערשטער האט געמאכט אז אין א באשטימטן ארט זאל זיך טאן גוטע זאכן, איז דער ארט מאנט, און די זאך מאנט, אז ס'זאל זיין דער להעלות בקודש און וויבאלד אז איין מאל, אפילו על אחת כמה וכמה מערערע יארן, איז דאס געווען א מקום קדוש אויף תורה און תפילה און מעשים טובים, איז בלייבט די קדושה אויף אויב אין דעם זעלבן ארט, און דאס דריקט זיך אויך אויס אין מעשה בפועל, אז בשעת מ'וויל דאווענען צו דעם אויבערשטן, און בשעת מ'לערנט דעם אויבערשטנ'ס תורה, אדער מ'מאכט גוטע החלטות וועגן מעשים טובים פארבונדן מיטן אויבערשטן איז דער מקום אליין מסייע העלפט אויס, אז מ'זאל צוטרעפן אין דעם דאווענען ווי אזוי צו דאווענען און וועגן וואס צו דאווענען, און אזוי אויך אין דער הבנה פון תורה, און אזוי אויך
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים