English
ספרייה
kind
paragraph
order
0d
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אויף דעם ענין וואס מ'באווייזט ווי אזוי ואהבת לרעך כמוך ווירט אין טאג-טעגלעכן לעבן, וואס דערמיט איז דאך פארבונדן דער צוזאמענטרעפן זיך, פאר דעם פאנאנדערפארן זיך, כדי נאכאמאל צו פארשטארקן בא זיך און בא דעם גאנצן ארום, אז דאס איז ניט קיין פאנאנדערפארן זיך אן אמת'דיקער חס ושלום, נאר מ'בלייבט אלע צוזאמען כל ישראל אי כי איש אחד חברים און נאך מערער, ניט נאר ווי חברים, נאר מ'פארבלייבט ווי איין גוף, דורך דערויף וואס יעדערער האט א חלק אלוקה ממעל ממש, סיי אנשים סיי נשים וטף, און וויבאלד אז מ'איז א חלק פון דעם אויבערשטן, פון אלוקה ממעל, און מ'איז נאך מוסיף אין זיי אויך דעם ווארט ממש, אז דאס איז ניט סתם א פארגלייך, נאר דאס איז א פארגלייך וואס דאס ווערט פונקט די זעלבע זאך ממש. איז דאך פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז מ'איז א חלק פון אחדות האמיתיות פון דעם אויבערשטן, וואס ער איז דאך דאך אן אחד באמת ופשוט בתכלית הפשיטות, איז ווערט דאס אויך אן ענין עיקרי אין יעדער חלק דערפון,
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים